(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דער New Yiddish Rep האָט אויפֿגעפֿירט די ייִדישע איבערזעצונג פֿון אַרטור מילערס „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟. נאָכגייענדיק די טראַדיציע פֿון דער טרופּעס אָנגעזעענער ווערסיע פֿון סעמיועל בעקעטס „וואַרטן אויף גאָדאָ‟ מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָט די דאָזיקע פּראָדוקציע אַרויסגערופֿן די פֿראַגע, צי מילער האָט אפֿשר אונטערבאַוווּסטזיניק טאַקע געהאַט בדעה אַ ייִדיש־רעדנדיקע משפּחה, ווען ער האָט די פּיעסע אָנגעשריבן.
אין אָקטאָבער האָט אַ דאָקטאָראַנטקע אין שאַנגכײַ אָנגעשריבן דאָס ערשטע כינעזיש־ייִדיש ליד אין דער געשיכטע. די סטודענטקע שטודירט איצט דעם ייִשובֿ פֿון ייִדישע פּליטים אין שאַנגכײַ במשך פֿונעם חורבן.
די „פֿאָלקסבינע‟ האָט אויפֿגעפֿירט „די גאָלדענע כּלה‟ — די ערשטע פּראָדוקציע אין איר נײַער היים אינעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה‟. די אָפּערעטע פֿון יוסף רומשינסקי (פֿון 1923), וואָס מע האָט דאָס לעצטע מאָל אויפֿגעפֿירט אין 1948, איז אַ רמז פֿונעם אַמאָליקן טעאַטער־ראַיאָן אויף סעקאָנד עוועניו, וואָס ווערט באַטראַכט ווי דער „טאַטע‟ פֿונעם שפּעטערדיקן טעאַטער־ראַיאָן — „בראָדוויי‟.
צום ערשטן מאָל האָט אַן אַמעריקאַנער פּרעזידענט געניצט עטלעכע ייִדישע ווערטער אויף אַן עפֿנטלעכער אונטערנעמונג. בעת ער האָט באַערט די זינגערין באַרבראַ סטראַסאַנד מיטן „פּרעזידענטישן פֿרײַהייט־מעדאַל‟, האָט ער אַרויסגעהויבן איר „חוצפּה‟ (טײַטש: קוראַזש) און צוגעגעבן, אַז ער ווערט „פֿאַרקלעמט‟ פֿון דער רירנדיקער איבערלעבונג.
און להבֿדיל — אַן עליטישער רינג פֿון זיכערהייט־הינט אין ישׂראל איז דאָס יאָר טרענירט געוואָרן צו פֿאָלגן באַפֿעלן אויף ייִדיש. פֿאַר וואָס ייִדיש, און נישט העברעיִש? ערשטנס, כּדי צו קענען ראַטעווען ייִדיש־רעדנדיקע פֿרומע ייִדן, וואָס קענען אפֿשר שוואַך העברעיִש, און צווייטנס, כּדי אַראַבישע טעראָריסטן (וואָס קענען אָפֿט העברעיִש) זאָלן נישט פֿאַרשטיין דעם באַפֿעל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.