נישט איין מאָל הער איך טענות פֿון יונגע ייִדישיסטן, וואָס האָבן שטודירט ייִדיש אין אַקאַדעמישע סבֿיבֿות און מיינען, אַז די הײַנטיקע חסידישע אויסגאַבעס לײַדן, אַחוץ גראַמאַטישע וואַקלענישן, פֿון צוויי גרויסע חסרונות: צופֿיל אַמעריקאַניזמען און צופֿיל סעמיטישע אויסדרוקן. אַפֿילו פֿאַר די וועלטלעכע ייִדן, וואָס זענען דערצויגן געוואָרן אין ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות, איז עס אַן ערנסטער לינגוויסטישער באַריער.
למשל, דעם לעצטן נומער פֿונעם באַקאַנטן פֿרומען ייִדישן זשורנאַל „טריביון‟, רעקלאַמירט ווי „די מערסט פֿאַרשפּרייטסטע ייִדישע אויסגאַבע אויפֿן מאַרקעט‟, קאָן מען איבערלייענען פֿרײַ פֿון אָפּצאָל אויף דער אינטערנעץ. די אַנגליציזמען, אַרײַנגערעכנט דעם נאָמען גופֿא, וואַרפֿן זיך אין די אויגן. אינעווייניק, אינעם נומער פֿאַרן 23סטן דעצעמבער, שטייט געשריבן די רעקלאַמע: „מיר פֿאַרקויפֿן אַלערליי סתּ״ם, מהודרים ומשובחים למהדרין מן המהדרין‟. פֿאַר אַ פֿרומען ייִד קלינגט עס ווי אַ נאַטירלעכע פֿראַזע. די ראָשי־תּיבֿות „סתּ״ם‟ איז דער טײַטש „ספֿרי־תּורה, תּפֿילין, מזוזות‟.
ווײַטער זענען אינעם זעלבן נומער פֿאַרעפֿנטלעכט „דבֿרי־חכמה, מליצה און ווערטלעך פֿון רביה״ק סמאַטמאַר זי״ע‟, באַטיטלט „חכם עדיף מנבֿיא‟. ווידער, איז פֿאַר יעדן סאַטמאַרער חסיד יעדעס וואָרט און אַברעוויאַטור קלאָר פֿאַרשטענדלעך. לויטן באַקאַנטן מאמר־חז״ל, איז אַ תּלמיד־חכם אין אַ געוויסן אַספּעקט גרעסער ווי אַ נבֿיא, און אַזעלכע פֿראַזעס, ווי „רבינו הקדוש‟ און „זכותו יגן עלינו‟ טרעפֿן זיך בײַ אַלעמען אין מויל, און דערפֿאַר ווערן זיי פֿאַרקירצט ווי באַקאַנטע ראָשי־תּיבֿות.
איז אַזאַ שפּראַך־געמיש אַ קללה צי אַ ברכה מצד דעם ייִדישיסטישן שטאַנדפּונקט? וואָס שייך די אַמעריקאַניזמען, זענען זיי אָפֿט איבעריק. אויב די חסידים ווילן אָפּהיטן די שפּראַך און זיך דערווײַטערן וואָס ווײַטער פֿונעם נישט־ייִדישן אַרום, וואָלט געווען כּדאי פֿאַר זיי זיך צו באַקענען בעסער מיט דער ייִדישער שפּראַך פֿון דער „אַלטער היים‟. די אוקראַיִניש־ און פּויליש־שטאַמיקע ווערטער האָבן אַ לאַנגן ייִחוס און קלינגען אינעם אַמעריקאַנער קולטור־קאָנטעקסט דווקא ייִדישלעך. וואָס שייך לשון־קודשדיקע און אַראַמישע ווערטלעך, פּסוקים, טיטלען פֿון ספֿרים און אַרטיקלען, ווי אויך אַפֿילו גאַנצע טעקסט־פֿראַגמענטן, מוז מען באַמערקן, אַז אַזאַ סטיל איז באַקאַנט אין דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון קדמונים אָן און זיכער טראַדיציאָנעל, הגם אַ סך וועלטלעכע שרײַבער האָבן עס בכּיוון אויסגעמיטן.
ס׳איז כּדאַי זיך אויך צו דערמאָנען, אַז ענלעכע פּראָצעסן קומען פֿאָר דורות־לאַנג אין פֿאַרשיידענע אַנדערע שפּראַכן אַרום דער וועלט. אינעם יאָר 2013, האָט רייזעלע יוניס, אַן אַראַבישע ייִדיש־קענערין, וואָס וווינט הײַנט אין לבֿנון, פֿאַרעפֿנטלעכט בשותּפֿות מיטן מחבר פֿון די שורות אַן אַרטיקל אינעם „פֿאָרווערטס‟ וועגן ענלעכקייטן צווישן ייִדיש און פּערסיש. יוניס האָט במשך פֿון עטלעכע חדשים געוווינט אין איראַן און האָט זיך אויסגעלערנט די פּערסישע שפּראַך. פּונקט אַזוי ווי ייִדיש, אַנטהאַלט עס אַ מעכטיקן סעמיטישן קאָמפּאָנענט, צונויפֿגעשמאָלצן מיטן אינדאָ־אייראָפּעיִשן יסוד.
די שטאַרק פֿרומע מוסולמענישע פּובליקאַציעס אויף פּערסיש זענען אָפֿט אָנגעפּאַקט מיט כּלערליי אַראַבישע ווערטער און גאַנצע פֿראַזעס. אַ וועלטלעכן פּערס איז אַזאַ לשון צומאָל שווער צו פֿאַרשטיין; צוליב דעם לערנט מען אין איראַן אַראַביש ווי די קלאַסישע ליטעראַרישע שפּראַך, וואָס פֿאַרנעמט בײַ זיי בערך דאָס זעלבע כּבֿודיקע אָרט, ווי בײַ אונדז לשון־קודש. להיפּוך, האָבן געוויסע פּערסישע פּאָעטן סיסטעמאַטיש אויסגעמיטן דעם סעמיטישן עלעמענט.
נישט לאַנג צוריק, האָב איך געשמועסט אויף דער דאָזיקער טעמע בײַ אַ וועטשערע מיט אַ באַקאַנט פּאָרל — אַ נאַציאָנאַליסטיש געשטימטער איראַנישער יונגערמאַן און אַן אַראַביש־שפּראַכיק מוסולמעניש מיידל. מײַן פֿרײַנד פֿלעגט כּסדר טענהן, אַז די אַראַבער האָבן „באַשמוצט‟ די ריינע פּערסישע שפּראַך מיט אומצאָליקע פֿרעמדע ווערטער. כּדי נישט צו באַליידיקן זײַן חבֿרטעס מאַמע־לשון, האָט ער אָבער לעצטנס צוגעטראַכט אַן אַנדער טעאָריע, לויט וועלכער דווקא צוליב דעם שפּראַכלעכן אויסמיש איז פּערסיש געוואָרן רײַכער.
לויט זײַן אַרגומענט, קאָנען די פּערסן זיך באַנוצן, אַחוץ אַ סך שיינע אַראַבישע אויסדרוקן, מיט אייגענע באַטעמטע סינאָנימען. פֿירדאָוסי, אַ באַרימטער עפּישער פּאָעט פֿונעם 10טן־11טן יאָרהונדערט, איז באַקאַנט ווי אַ פּרינציפּיעלער קענגער פֿון איבעריקע אַראַביש־שטאַמיקע ווערטער. זײַן פּאָעמע פֿון איבער 100,000 שורות דינט ווי אַ רײַכער קוואַל פֿון „עכט היימישע‟ פּערסישע ווערטער. פֿונדעסטוועגן, רעקאָמענדירן די פּערסישע גראַמאַטיק־ביכער זיך צו באַקענען מיט אַראַביש, כּדי צו פֿאַרשטיין מער „אַראַביזירטע‟ זשאַנערס.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די ייִדישע פּאָעטן האָבן זיך אַמאָל באַנוצט מיטן זעלבן פּרינציפּ. דער חילוק באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס בײַ ייִדן זענען אַלע שפּראַך־קאָמפּאָנענטן גאַנץ היימיש און ווערן נישט אַסאָציִיִרט מיט קיין פֿרעמדע קולטורן, הגם דער פֿרײַער באַנוץ מיט לשון־קודש און אַראַמיש איז אַ סימן פֿון פֿרומקייט אָדער העכערער טראַדיציאָנעלער בילדונג.
אין נאָוועמבער איז אַרויס אַ נײַע קריטישע אויסגאַבע פֿון אליהו בחורס „באָווע־בוך‟, רעדאַגירט און קאָמענטירט דורך ד״ר קלאַודיאַ ראָזענצווײַג. דער אַלטער ראָמאַן איז צום ערשטן מאָל אַרויס אין 1504 און איז במשך פֿון הונדערטער יאָר געבליבן איינס פֿון די פּאָפּולערסטע ייִדישע ביכער. דער מחבר, זײַענדיק אַ גרויסער איטאַליענישער תּלמיד־חכם, האָט מײַסטעריש געקענט לשון־קודש. אין זײַן ווערק מײַדט ער אָבער בכּיוון אויס לשון־קודשדיקע ווערטער, כּדי זײַן פּאָעמע זאָל קלינגען ענלעך צום עפּישן נוסח אייראָפּעיִשע ריטערישע ראָמאַנען. אין די פּאָעטישע ווערק אויף בפֿירוש ייִדישע טעמעס, באַנוצט זיך אָבער אליהו בחור כּסדר מיטן סעמיטישן קאָמפּאָענט.
ד״ר דזשעראָלד פֿרייקס, אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון אַלט־ייִדישער ליטעראַטור, באַמערקט אַן אַלגעמיינע ענלעכקייט צווישן דער ייִדישער און ייִדיש־פּערסישער פּאָעזיע. אין ביידע פֿאַלן, האָבן די מחברים בערך אינעם זעלבן היסטאָרישן פּעריאָד געשאַפֿן לאַנגע עפּישע פּאָעמעס. פֿאָלגנדיק פֿירדאָוסיס מוסטער, האָבן די ייִדישע פּאָעטן אין פּערסיע אויסגעמיטן די סעמיטישע ווערטער — סײַ לשון־קודשדיקע, סײַ אַראַבישע.
אַ פֿאַרקערטן אינטערעסאַנטן מוסטער ברענגט ד״ר דוד כּ״ץ איז זײַן בוך וועגן די ייִדישע דיאַלעקטן. אין דער זעלבער צײַט, ווען „באָווע־בוך‟ איז אַרויס אין איטאַליע, האָט אַן אַנאָנימער דײַטשישער מחבר אַרויסגעגעבן אַ בוך מיטן לאַטײַנישן טיטל „Liber Vagatorum‟, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן בעטלער און אונטערוועלטניקעס. אַ מערקווירדיקע צאָל ווערטער, וואָס זענען פֿאַרשפּרייט אינעם דײַטשישן הענטשקע־לשון פֿון יענער תּקופֿה, שטאַמען פֿון ייִדיש און קלינגען ווי הײַנטצײַטיקע: פּועלן, אַכלען, שיכּורן.
אין ערנסטע ווערק אויף ייִדיש פֿון יענער צײַט, אַרײַנגערעכנט די ספֿרים־הקדושים, טרעפֿט זיך נישט אַזאַ לעקסיקאָן, ווײַל די מחברים האָבן נישט געוואָלט זיך באַנוצן מיט דער גראָבער גאַסן־שפּראַך. אַ דאַנק דעם אַנטיסעמיטישן מחבר ווייסן מיר אָבער, אַז מיט 500 יאָר צוריק האָט דער גערעדטער ייִדיש געקלונגען ענלעכער צו אונדזער הײַנטיקער שפּראַך, ווי דער אויסגעשליפֿענער סטיל פֿון דער „צאינה ראינה‟ און „באָווע־בוך‟.
אַן אַנדער אינטערעסאַנטער בײַשפּיל פֿון שמעלץ־שפּראַכן מיט אַ גרויסן סעמיטישן עלעמענט איז סוואַהילי. חנה אַרענדט, זײַענדיק אַ באַקאַנטע פּראָגרעסיווע ייִדישע דענקערין, איז אָבער באַגאַנגען אַן ערנסטע עבֿירה — אַ ראַסיסטישע באַציִונג צו געוויסע קולטורן. זי האָט געטענהט, אַז סוואַהילי איז „אַ מין אומשפּראַך פֿון שקלאַפֿן און אַראַבישע קאַראַוואַנען‟. ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז צו ייִדיש האָט זי זיך אויך באַצויגן לאַוו־דווקא בכּבֿודיק.
הגם אויף סוואַהילי רעדן טאָגטעגלעך בלויז 5—15 מיליאָן מענטשן, דינט עס ווי אַ לינגוואַ־פֿראַנקאַ בײַ איבער 150 מיליאָן תּושבֿים פֿון דרום־מיזרחדיקער אַפֿריקע. אין דרײַ לענדער — טאַנזאַניע, קעניע און קאָנגאָ — איז עס אַן אָפֿיציעלע שפּראַך. צוליב דעם שמעלץ־כאַראַקטער, מיינען אָבער אַ טייל עם־הארצישע קריטיקער, אַז סוואַהילי איז בלויז אַן „אַראַבישער זשאַרגאָן‟. למעשׂה, איז עס אַ שפּראַך פֿון דער באַנטו־משפּחה מיט אַ ריזיקן סעמיטישן קאָמפּאָנענט.
אַזוי צי אַזוי, זענען אין דער וועלט פֿאַראַן חשובֿע און פֿאַרשפּרייטע לשונות, וואָס שעפּן זייער אויסדרוק־רײַכטום פֿון דער אינערלעכער צוויי־שפּראַכיקייט אָדער טיפֿער שמעלץ־סטרוקטור. דער חסידישער סטיל קאָן זײַן דווקא אַ ברכה, אַבי מע זאָל אויסמעסטן דעם לשון־קודשדיקן טייל מיט אַ טאָלק. לשון־קודש און לשון־תּרגום זענען דאָך יסודותדיקע עלעמענטן פֿון אונדזער טראַדיציע, דערפֿאַר מוז יעדער ערנסטער ייִדישיסט זיך מטריח זײַן זיי צו פֿאַרשטיין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.