20 יאָר „ייִדישקייט‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס

20th Anniversary of Yiddishkayt Los Angeles

די באַטייליקטע אין די פּראָיעקטן פֿון „ייִדישקייט‟ טרעפֿן זיך מיט אַלטע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן
Yiddishkayt.com
די באַטייליקטע אין די פּראָיעקטן פֿון „ייִדישקייט‟ טרעפֿן זיך מיט אַלטע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 03, 2016, issue of January 22, 2016.

די אָרגאַניזאַציע „ייִדישקייט‟, מיטן צענטער אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט בײַם סוף פֿונעם יאָר 2015 פֿאַרעפֿנטלעכט אַ באַריכט וועגן איר טעטיקייט, אין שײַכות מיטן 20סטן יוביליי זינט זי איז געגרינדעט געוואָרן.

אינעם יאָר 1995, האָט דער לאָס־אַנדזשעלעסער טוער אַהרן פּאַליי אָנגאַניזירט אַן איין־טאָגיקן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדיש־קולטור, וועלכער האָט צוגעצויגן כּמעט 6,000 מענטשן. צוליב דעם גרויסן דערפֿאָלג, האָט מען געשאַפֿן אַן אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט ביזן יאָר 2004 זיך פֿאָקוסירט אויף יערלעכע איין־טאָגיקע פֿעסטיוואַלן, באַגלייט מיט וואָך־לאַנגע סעריעס משפּחה־אונטערנעמונגען. במשך פֿון דער צײַט, איז די אָרגאַניזאַציע זיך צעוואַקסן און געעפֿנט אַ צאָל אַנדערע וויכטיקע פּראָגראַמען, אַרײַנגערעכנט דעם פּראָיעקט „העליקס‟, וואָס דערמעגלעכט די סטודענטן זיך „אײַנצוטוקן‟ אין דער וועלט פֿון דער ייִדישער קולטור, שפּראַך, געשיכטע און טראַדיציע פֿון מיזרח־אייראָפּע.

דער פּראָיעקט האָט זיך אָנגעהויבן אין 2011. אינעם איצטיקן באַריכט, האָט די אָרגאַניזאַציע איבערגעגעבן, אַז אינעם קומענדיקן יאָר וועט מען פֿאַרוואַנדלען „העליקס‟ אין אַ צוויי־יאָריקער אַקאַדעמישער פּראָגראַם. צוערשט, וועלן די סטודענטן, אַזוי ווי פֿריִער, זיך באַקענען איינער מיטן צווייטן און פֿאַרברענגען צוזאַמען צוויי וואָכן אויף אַן אינטענסיוון פֿרילינג־סעמינאַר. במשך פֿון צוויי יאָר, וועט די גרופּע שטודירן די געשיכטע פֿון פֿאַרשיידענע ראַיאָנען, וווּ פֿאַרן חורבן האָט געבליט אַ דינאַמישע מולטי־קולטורעלע ציוויליזאַציע, זיך קאָנצענטרירנדיק אויפֿן ייִדישן אַספּעקט. ווי אַ הויכפּונקט פֿון דער פּראָגראַם, וועלן די תּלמידים, קינסטלער און פֿאָרשער פֿאַרברענגען אַ חודש אַרומפֿאָרנדיק איבער מיזרח־אייראָפּע, כּדי זיך צו באַקענען זיך פּנים־אל־פּנים מיטן אָביעקט פֿון זייערע שטודיעס.