(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די שאַפֿער פֿונעם פּראָיעקט „העליקס‟ גיבן צו, אַז זיי גלייבן אינעם פּרינציפּ פֿון „דאָיִקייט‟, אויסנוצנדיק דאָס דאָזיקע ספּעציפֿישע ייִדישע וואָרט, וואָס שטאַמט פֿון דער בונדיסטישער סאָציאַלער טעאָריע און באַצייכנט אַ געוויסן צוגאַנג צו דער ייִדישער קולטור, לויט וועלכן מע מוז אָפּהיטן און אַנטוויקלען די טראַדיציאָנעלע ייִדישע קולטור איבעראַל, ווי מע וווינט. די שאַפֿער פֿונעם פּראָיעקט באַטאָנען, אַז „דאָיִקייט‟ מיינט אויך, אַז דער פֿאַרגאַנגענער ייִדישער אַמאָל בלײַבט לעבעדיק דאָ און איצט, זײַענדיק גובֿר די געאָגראַפֿישע און היסטאָרישע גרענעצן.
„ייִדישקייט‟ גיט איבער, אַז דאָס יאָר 2015 איז דורכגעגאַנגען מיט גרויס הצלחה. די לעבעדיקע און קאָמפּיוטערישע פּראָיעקטן פֿון דער אָרגאַניזאַציע האָבן געהאָלפֿן צו פֿאַרבינדן פֿאַרשיידענע היסטאָרישע און קולטורעלע געפֿינסן פֿון אַרכיוו, גניזות, אַלטע ביכער און האַלב־פֿאַרגעסענע זכרונות מיט דער הײַנטצײַטיקער וועלט, נישט געקוקט אויף ערנסטער פֿינאַציעלע שוועריקייט. די אָרגאַניזאַטאָרן שטרײַכן אונטער, אַז זיי רעפּרעזענטירן אַ מאָדערנעם און קאָסמאָפּאָליטישן צוגאַנג צו ייִדישקייט. לויט זייער חשבון, ציט זייער וועבזײַט צו די גרעסטע צאָל באַזוכער פֿון אַרום דער וועלט צווישן אַלע קולטורעלע ייִדישע אינפֿאָרמאַציע־קוואַלן אויף דער אינטערנעץ — אַרום 60,000 מענטשן אַ וואָך. צוליב דעם פֿינאַנציעלן מאַנגל וועלן זיי אָבער מוזן שנײַדן געוויסע אַקטיוויטעטן אינעם נײַעם יאָר און זיך פֿאָקוסירן אויף די אוניווערסאַלע ענינים, וואָס קאָנען פֿאַראינטערעסירן דעם ברייטסטן עולם, נישט נאָר די באַטייליקטע אין דער אָרגאַניזאַציע.
אַחוץ דער סטודענטישער פּראָגראַם „העליקס‟, האָט „ייִדישקייט‟ דורכגעפֿירט צום ערשטן מאָל אין 2015 אַן עקספּעדיציע פֿאַר דערוואַקסענע איבער די ייִדישע מקומות פֿון מיזרח־אייראָפּע. די נײַע נסיעה פּלאַנירט מען דורכצופֿירן דעם קומענדיקן מײַ. לויטן פּלאַן, וועלן די באַטייליקטע אַרומפֿאָרן איבער בעסאַראַביע, בוקאָווינע און די „לעגענדאַרע טראַנסילוואַניע‟. בײַם סוף וועלן די טוריסטן באַזוכן די קונסט־צענטערס אין ווין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.