מע רעדט אַ סך די טעג וועגן דעם וואָס אַזוי פֿיל פֿון דער שארית־פּליטה זענען שוין ניפֿתּר געוואָרן, אָבער דערווײַל פֿאַרגעסט מען, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ צווייטע, ייִנגערע גרופּע ייִדן, וואָס זייער אידענטיטעט איז אויך געקניפּט־און־געבונדן מיטן חורבן: דאָס זענען די קינדער, וואָס זענען געבוירן געוואָרן גלײַך נאָכן חורבן, אין די „די־פּי‟־לאַגערן.
דעם 21סטן דעצעמבער איז אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט פֿאָרגעקומען, צום ערשטן מאָל, אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון יענע קינדער, געבוירן און דערצויגן אין די „די־פּי‟־לאַגערן, און לויט דער צאָל באַטייליקטע — מער ווי אַ טויזנט — איז קלאָר, אַז דאָס איז אַן עולם, וואָס מע וואָלט געדאַרפֿט נעמען ערנסט.
דער איין־טאָגיקער צוזאַמענפֿאָר איז דורכגעפֿירט געוואָרן אויף העברעיִש, כאָטש מע האָט אויך געקענט באַקומען הער־אַפּאַראַטן מיט אַ גלײַכצײַטיקער ענגלישער איבערזעצונג. בילי לאַניאַדאָ, די פֿאָרזיצערין פֿון „דורות ההמשך‟ [די ווײַטערדיקע דורות], וועלכע האָט אָרגאַניזירט די פּראָגראַם, האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז מער ווי אַ העלפֿט פֿון די 1,020 באַטייליקטע זענען געווען קינדער פֿון די „די־פּי‟־לאַגערן.
„די קאָנפֿערענץ איז געווען אויסערגעוויינטלעך,‟ האָט לאַניאַדאָ באַמערקט. „אַ טייל פֿון די מענטשן, וואָס זענען געבוירן געוואָרן אין ׳די־פּי׳ לאַגער, געדענקען עס נישט ווײַל זייערע משפּחות זענען אַוועק ווען זיי זענען נאָך געווען זייער יונג, אָבער אַנדערע האָבן עס יאָ געדענקט ווײַל זיי זענען געבוירן געוואָרן במשך פֿונעם חורבן, און זענען געבליבן אין ׳די־פּי׳ לאַגער ביזן עלטער פֿון 10 יאָר.‟
דורית נאָוואַק, די גענעראַל־דירעקטאָרין פֿון „יד־ושם‟, און קאָלעט אַבֿיטל, די דירעקטאָרין פֿון דער דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿון די ישׂראלדיקע שארית־הפּליטה גרופּעס, האָבן באַגריסט דעם עולם אויף העברעיִש, און מנחם ראָזענזאַפֿט, דער לעגאַלער עצה־געבער פֿונעם „אַלוועלטלעכן ייִדישן קאָגרעס‟, וועלכער איז אַליין געבוירן געוואָרן אינעם „די־פּי‟־לאַגער פֿון בערגען־בעלזען — האָט גערעדט פֿאַרן עולם אויף ענגליש.
דער „די־פּי‟־לאַגער אין בערגען־בעלזען איז געווען דער סאַמע גרעסטער אין דײַטשלאַנד, און אַ לעבעדיקער צענטער פֿון ייִדישע פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע אַקטיוויטעטן.
בעת דער פּראָגראַם האָט מען אויך געהערט רעפֿעראַטן וועגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון די לעבן געבליבענע אין די „די־פּי‟־לאַגערן. פּראָפֿ׳ חנה יאַבלאָנקאַ, פֿון „בן־גוריון אוניווערסיטעט‟, האָט דערציילט ווי אַזוי די לעבן געבליבענע אין די „די־פּי‟־לאַגערן זענען ביסלעכווײַז געקומען צו זיך נאָכן חורבן־קושמאַר; ד״ר עלאַ פֿלאָרעשיים, פֿון „יד־ושם‟, האָט דערציילט וועגן דעם קולטורעלן לעבן אין די לאַגערן, און ד״ר אַדאַ שײַן האָט דערקלערט וועגן דער דערציִונג און יוגנט־באַוועגונגען דאָרט. „אַ סך פֿון די מענטשן אויף דער פֿאַרזאַמלונג האָבן נישט געוווּסט, אַז איידער דער ׳דזשוינט׳, די ׳אָרט׳־שולן און די ישׂראלדיקע שליחים זענען געקומען אָרגאַניזירן די אַקטיוויטעטן אין די ׳די־פּי‘־לאַגערן, האָבן זייערע אייגענע עלטערן — די לעבן געבליבענע — אַליין איניציִיִרט פֿאַרשידענע זאַכן ווי, למשל, קינדערגערטנער און פֿאַרשידענע קולטורעלע פּראָגראַמען,‟ האָט פֿרוי לאַניאַדאָ געזאָגט.
אַחוץ די לעקציעס האָט מען אויך אויפֿגעשטעלט באַזונדערע טישן פֿון יעדן „די־פּי‟־לאַגער, וווּ די באַטייליקטע האָבן געהאַט אַ געלעגנהייט זיך ווידער צו טרעפֿן מיט אַנדערע מענטשן פֿונעם זעלבן לאַגער, און זיך טיילן מיט בילדער און מיט זכרונות. איין פּראָבלעם איז אָבער געווען אַז הגם מע האָט אויפֿגעשטעלט נײַן טישן אַזוינע, זענען נישט געווען קיין טישן פֿון די קלענערע „די־פּי‟־לאַגערן, וואָס זענען ווייניקער באַקאַנט.
„נאָך דער מלחמה האָט מען אָפֿט מאָל אַרײַנגעשטעלט עטלעכע ייִדישע משפּחות אין אַ וווינונג, וואָס מע האָט געהאַט צוגענומען פֿון די דײַטשן — געוויינטלעך לעבן פֿראַנקפֿורט אָדער מינכען — און דאָס איז אויך געווען אַ מין ׳די־פּי׳־לאַגער,‟ האָט פֿרוי לאַניאַדאָ דערקלערט. „אָדער מע האָט גענומען אַ גרויסע ווילע אין דרום־איטאַליע, וווּ די פֿאַשיסטן פֿלעגן פֿאַרברענגען זומערצײַט — און דאָרט אַרײַנגעבראַכט 30 אָדער 40 ייִדן. דאָס איז אויך געווען אַ ׳די־פּי׳־לאַגער, כאָטש איך בין זיכער, אַז זיי האָבן דאָרט גוט פֿאַרבראַכט,‟ האָט זי צוגעגעבן מיט אַ שמייכל.
ד״ר אַבֿיבֿה טל, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין „בר־אילן אוניווערסיטעט, וואָס איז דערצויגן געוואָרן אינעם „די־פּי‟־לאַגער פֿון בערגען־בעלזען, האָט געזאָגט, אַז די פֿאַרזאַמלונג אין תּל־אָבֿיבֿ האָט געמאַכט אויף איר „אַ געוואַלדיקן אײַנדרוק‟. „קודם־כּל איז וווּנדערלעך צו זען איבער טויזנט מענטשן, וואָס אָטעמען מיט איין אָטעם. מע לאַכט פֿון די זעלבע זאַכן, מע רעדט פֿון די זעלבע זאַכן, די זעלבע זכרונות.‟ אין איין פֿאָטאָגראַפֿיע, למשל, האָט דער גאַנצער עולם זיך צעלאַכט, ווען מע האָט דערזען ווי אַ כּלה טראָגט — אַנשטאָט אַ שלייער — אַ שטיק גאַזע, וואָס די קראַנקן־שוועסטער לייגן צו צו די וווּנדן. „מיר האָבן אַלע דאָס געהאַלטן פֿאַר זייער קאָמיש,‟ האָט ד״ר טל באַמערקט.
ד״ר טל געדענקט גוט אירע קינדער־יאָרן אין „די־פּי‟־לאַגער. זי און מנחם ראָזענזאַפֿט, וואָס איז געווען מיט איין יאָר ייִנגער, פֿלעגן זיך אָפֿט שפּילן צוזאַמען. „מיר האָבן גערעדט דײַטש צווישן זיך און זיך געשפּילט מיט אַן אַלטער ליאַלקע, וואָס מיר האָבן אַ נאָמען געגעבן ׳גרעטעל׳. מיר האָבן זי גערופֿן ׳די צעקראָצלטע גרעטעל׳,‟ האָט זי געזאָגט.
ראָזענזאַפֿט האָט דערציילט, אַז נאָכן פֿאַרלאָזן דעם „די־פּי‟־לאַגער, האָט זײַן משפּחה געוווינט אַכט יאָר אין דער שווייץ און דערנאָך עמיגרירט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אָבער יעדן זומער, ביז זײַן טאַטע איז געשטאָרבן אין 1975, פֿלעגט די משפּחה פֿאָרן קיין ישׂראל אויף 3־4 וואָכן, פֿאַרברענגען מיט זייערע פֿרײַנד און באַקאַנטע פֿון „בערגען בעלזען‟.
„ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן געוווינט אין דער תּל־אָבֿיבֿער געגנט — אין רמת־גן, פּתח־תּיקווה, און מיר זענען אײַנגעשטאַנען אינעם ׳שרון־האָטעל׳ אין הרצליה,‟ האָט ראָזענזאַפֿט געזאָגט. „די משפּחות האָבן פֿאַרבראַכט צוזאַמען בײַ אונדז אין האָטעל אָדער בײַ איינעם פֿון זיי אין שטוב. און איך האָב זיך געשפּילט מיט די קינדער פֿון מײַנע עלטערנס פֿרײַנד. מיר האָבן זיך נישט בלויז אידענטיפֿיצירט ווי קינדער פֿון לעבן־געבליבענע, אָבער אויך ווי קינדער פֿון די ׳די־פּי׳־לאַגערן.‟
„אַלע ארץ־ישׂראלדיקע קינדער פֿון בערגען־בעלזען זענען אויפֿגעוואַקסן צוזאַמען, זיך געטראָפֿן אויף יום־טובֿים, און כּסדר באַזוכט איינער דעם צווייטן,‟ האָט ד״ר טל געזאָגט. „מיר זענען געווען אַזוי שטאָלץ פֿונעם גאַנצן ענין, וואָס די עלטערן האָבן דורכגעמאַכט. ווען אונדזערע טאַטע־מאַמע האָבן געזונגען, האָבן מיר מיטגעזונגען.‟ דאָס ליד, וואָס איר טאַטע פֿלעגט זינגען בײַם לייגן זי שלאָפֿן, איז אָבער נישט געווען קיין חנעוודיק קינדערליד, נאָר דאָס קעמפֿערישע ליד, וואָס מע פֿלעגט אָפֿט זינגען אין געטאָ — אַבֿרהם רייזענס „הוליעט, הוליעט בייזע ווינטן‟.
הגם די פֿאַרזאַמלונג איז געווען געווידמעט די ישׂראלדיקע קינדער פֿון די „די־פּי‟־לאַגערן, האָפֿט ד״ר טל, אַז אין דער צוקונפֿט וועט מען אויך פּרוּוון צוציִען מענטשן פֿון אויסלאַנד. „איך פֿאַרשטיי נישט פֿאַר וואָס מע האָט עס געמאַכט בלויז אויף העברעיִש און נישט רעקלאַמירט מחוץ ישׂראל. מיר, קינדער פֿונעם בערגען־בעלזענער ׳דע־פּי׳־לאַגער, זענען צעזייט און צעשפּרייט איבער דער וועלט. איך אַליין האָב נאָר אויסגעפֿונען וועגן דעם פֿון מײַנע סטודענטן.‟
ראָזענזאַפֿט האַלט אויך אַזוי. „ס׳וואָלט געווען אויסערגעוויינטלעך ווען מע מאַכט אַזאַ אונטערנעמונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן,‟ האָט ער געזאָגט. „ס׳איז זייער רירנדיק צו זײַן צווישן מענטשן, וווּ מיר אַלע פֿאַרשטייען זיך אויפֿן וווּנק.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.