קלישעען בײַ מעגלעכע „אָסקאַר‟־נאָמינירטע פֿילמען

Cliches On Oscar's Shortlist


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published January 05, 2016, issue of January 22, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דאָס איז אַ וויכטיקער — און אַ פֿאַרכאַפּנדיקער — עפּיזאָד פֿון דער „קאַלטער מלחמה‟. די צרה איז, אַז דער פֿילם, געמאַכט דורך סטיווען שפּילבערג (צום סצענאַר האָבן צוגעלייגט די הענט די ברידער כּהן), דערציילט עס דורך פֿילצאָליקע קלישעען. טאָם הענקס, וואָס שפּילט די צענטראַלע ראָלע, איז פּונקט אַזאַ, ווי איך האָב אים שוין ניט איין מאָל געזען. אַלע מיזרח־בערלינער (דאָרטן האָט מען געפֿירט די אונטערהאַנדלונגען) זײַנען פּשוט קאַריקאַטורן פֿון אַזאַ סאָרט, ווי מע פֿלעגט ווײַזן דײַטשן אין די סאָוועטישע פֿילמען, געמאַכט אין די 1940ער יאָרן. די איינציקע באמת אינטערעסאַנטע אַקטיאָרישע אַרבעט איז פֿון מאַרק רילאַנס, דעם שטערן פֿון הײַנטיקן בריטישן טעאַטער. ער שפּילט גלענצנדיק די ראָלע פֿון רודאָלף אַבעל. איך וועל זיך גאָר ניט חידושן, אויב רילאַנס וועט אין פֿעברואַר באַקומען אַן „אָסקאַר‟.

דער צווייטער פֿילם, וואָס איך האָב געזען, הייסט Im Labyrinth des Schweigens („אין לאַבירינט פֿון שווײַגן‟). דער דאָזיקער דײַטשישער פֿילם דערציילט, ווי אַזוי אין דער ערשטער העלפֿט 1960ער יאָרן האָט מען אין דײַטשלאַנד געמישפּט די „עס־עס‟־לײַט, וועלכע האָבן אין אוישוויץ געטרײַ געדינט דעם מערדערישן נאַציסטישן רעזשים.

דאָס איז אויך ניט קיין אויסגעטראַכטע געשיכטע, כאָטש דער יונגער פּראָקוראָר, די צענטראַלע פֿיגור פֿונעם סיפּור־המעשׂה, איז אַן אויסגעטראַכטער. נאָך מער: צו מאָל שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז ער איז ניט פּשוט אויסגעטראַכט, נאָר אויסגעזויגן געוואָרן פֿון דעם סצענאַריסטס פֿינגער. בפֿרט ווען דער דאָזיקער דײַטש, צוזאַמען מיט נאָך איין לײַטישן דײַטשן, פֿאָרט קיין פּוילן, צו זאָגן קדיש אין אוישוויץ.

אין דעם פֿילם איז דאָ אַ וויכטיקע היסטאָרישע פֿיגור — דער פּראָקוראָר פֿריץ באַוער. אַ דאַנק אים, אַ ייִד און אַ סאָציאַל־דעמאָקראַט, איז עס טאַקע געשען: דער אוישוויץ־פּראָצעס (אין דער אמתן, עטלעכע געריכט־פּראָצעסן), בעת וועלכע עס זײַנען פֿאַרמישפּט געוואָרן אייניקע פֿון די גזלנים. ס’איז אויך וויכטיק, אַז בײַ עפּעס אַ טייל דײַטשן האָבן זיך געעפֿנט די אויגן אויף די שרעקלעכע פֿאַרברעכנס פֿון דער נאַצי־תּקופֿה. דערצו האָט באַוער שטילערהייט געהאָלפֿן דער ישׂראלדיקער אויסשפּיר־דינסט צו קריגן אינפֿאָרמאַציע וועגן אַדאָלף אײַכמאַנען.

די צרה פֿונעם פֿילם איז די זעלבע, ווי מיט „די בריק פֿון שפּיאָנען‟, דהײַנו: קלישעען. מאָדנע, אָבער אין דעם פֿילם זעט מען בולט האָליוווּדישע קלישעען; אַ סבֿרא, אַז מע האָט זיך אָנגעקוקט דעם אַמעריקאַנער פֿילם־טאַנדעט, אָדער בכּיוון באַשלאָסן, אַז אַזוי דאַרף מען מאַכן אַ פֿילם, כּדי צו קריגן אַן „אָסקאַר‟. דער „לאַבירינט פֿון שווײַגן‟ קאָן נאָך טאַקע נאָמינירט ווערן אין דער „אָסקאַר‟־קאַטעגאָריע פֿון אַנדערש־שפּראַכיקע פֿילמען. די רשימה נאָמינירטע פֿילמען וועט מען אַנאָנסירן דעם 14טן יאַנואַר.

אַגבֿ, אויף אָט דעם הינטרעגרונט, האָב איך באמת הנאה געהאַט צו זען נאָך איין נײַעם פֿילם — „ברוקלין‟. מאָדנע, אָבער דער פֿילם מיט אַזאַ טיטל איז ניט וועגן ייִדן. ס׳איז וועגן אירלענדישע און — ווייניקער — איטאַליענישע אימיגראַנטן, אין די 1950ער יאָרן. ס׳איז פֿריש, מיט גוטע אַקטיאָרן. און, דער עיקר, האָב איך ניט געהאַט קיין געפֿיל, אַז מע פֿאַרקויפֿט מיר אַן איבערגעניצעוועטע טאַנדעט־סחורה.