(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ווײַנגאַרטן שטיצט אָפֿן הילאַרי קלינטאָן בײַם איצטיקן געיעג פֿון וואַלן־קאַנדידאַטן; אָבער כּידוע רעפּרעזענטירט דווקא בערני סאַנדערס, דער אַנדערער קאַנדידאַט פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, די אינטערעסן פֿון די יוניאָנס, און באַקומט זייער שטיצע. קלינטאָן רעפּרעזענטירט די קאָנסערוואַטיווע, אָנגענומענע פּאָליטיק. זי און אָבאַמאַ גייען קעגן די לערער־יוניאָנס און פּאַבליק־שולן דורך דעם וואָס זיי שטיצן דווקא די „טשאַרטער־סקולס‟. צו זײַן פּראָ־קלינטאָן און דערבײַ אַ יוניאָן־אַקטיוויסטיקע, איז אַ תּרתּי־דסתרי, אַ פּאַראַדאָקס. אָט אַזאַ מענטש האָט אָנגעפֿירט מיטן פּאַנעל!
דעם אויבנאָן אויף דער איין־טאָגיקער קאָנפֿערענץ האָט, ווי געזאָגט, פֿאַרנומען דער ישׂראל־פּאַלעסטינער סיכסוך. די פּאַנעלן האָבן אַרײַנגענומען אַזעלכע נעמען ווי פּיטער בײַנאַרט, אַרי שבֿיט, גדעון לווי (וואָס האָט באַדאַנקט דעם פּראָ־BDS מוזיקער ראָדזשער וואַטערס, וואָס איז אויך געזעסן אין עולם), עמירה האַס, סאַיִב אַריקאַט (פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט), ציפּי ליבֿני און מירבֿ מיכאלי (פֿון דער „ציוניסטישער פֿאַראייניקונג‟־פּאַרטיי), תּמר זאַנדבערג (פֿון דער לינקער „מרצ‟־פּאַרטיי) סאַמאַנטאַ פּאַווער (די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָרין בײַ די „פֿאַראייניקטע פֿעלקער‟), און נאָך.
אַפֿילו דער ישׂראל־פּרעזידענט, ראובֿן ריוולין איז געקומען צו האַלטן אַ קורצע רעדע. מע האָט אים שפּעטער שאַרף קריטיקירט אין ישׂראל, צוליב זײַן באַטייליקונג אין אַ קאָנפֿערענץ צוזאַמען מיט דער גרופּע „שובֿרים שתּיקה‟ (מע צעברעכט די שטילקייט). דאָס איז אַ גרופּע, וואָס רעקאָרדירט און פֿאַרשרײַבט געוועזענע ישׂראל־סאָלדאַטן, וועלכע דערציילן און זאָגן עדות וועגן זייער אַרמיי־דינסט אויף די אָקופּירטע טעריטאָריעס. די קריטיק־קאָמפּאַניע קעגן ריוולין זאָגט עדות וועגן דער דאָמינירנדיקער נאַציאָנאַליסטישער שטימונג אין ישׂראל.
דער הויכפּונקט פֿונעם גאָר לאַנגן טאָג איז געקומען כּמעט צום סוף מיט דער אינספּירירנדיקער רעדע פֿון אײַמאַן אודע, וואָס שטייט בראָש פֿון דער „בשותּפֿותדיקער ליסטע‟־פּאַרטיי (הרשימה המאוחדת). די „בשותּפֿותדיקע ליסטע‟ האָט זיך פֿאָרמירט בעת די לעצטע וואַלן אין ישׂראל, און נעמט אַרײַן אַלע קליינע אַראַבישע און לינקע פּאַרטייען (אַרײַנגערעכנט חד״ש, וואָס אודע באַלאַנגט דערצו). זי איז געווען די סענסאַציע פֿון די לעצטע וואַלן, געווינענדיק 13 דעפּוטאַטן, און מיט אודע בראָש, שפּיגלט זי אָפּ די שאַנסן צו ווערן אַמאָל אַ דעמאָקראַטיע פֿאַר אַלע אירע בירגער. אודע האָט אויף זײַן רעדע באַטאָנט דעם ברייטן פֿאַרנעם פֿון זייער קאַמף, וואָס שטרעבט צו געבן אַ קול צו אַלע אונטערגעדריקטע, נישט געקוקט אויף זייער אָפּשטאַם. אַזוי ווי זײַן העלד, מאַרטין לוטער קינג, האָט אודע דעם פֿאַרזאַמלטן עולם באַגײַסטערט מיט אַ וויזיע פֿון ברודערשאַפֿט און גלײַכהייט צווישן אַלע מענטשן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.