קאָנצערט צום 4טן יאָרצײַט פֿון חנה קופּער

Concert in Honor of Adrienne Cooper


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published January 06, 2016, issue of January 22, 2016.

אַן עולם פֿון העכער 300 מענטשן האָט אָנגעפֿילט דעם זאַל אויפֿן צווייטן שטאָק פֿונעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟, כּדי צו הערן אַ קראַנץ לידער, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיטן „בונד‟, און צו באַערן דעם אָנדענק פֿון חנה קופּער צו איר פֿערטן יאָרצײַט.

דער קאָנצערט, וואָס עס האָט אײַנגעאָרדנט דער „פֿאָנד א״נ פֿון חנה קופּער צו חלומען אויף ייִדיש‟, איז הײַיאָר פֿאָרגעקומען ווי אַ טייל פֿונעם פֿעסטיוואַל „ייִדיש־ניו־יאָרק‟, מיט דער שטיצע פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟, וואָס האָט געדינט ווי דער „גאַסטגעבער‟ פֿאַרן אָוונט. במשך פֿונעם ספּעקטאַקל האָט מען אויך צוגעטיילט די הײַיאָריקע פּרעמיע פֿונעם „פֿאָנד‟ דזשאַש דאָלגינען, בעסער באַקאַנט ווי DJ Socalled, פֿאַר זײַנע „רעפּ‟־לידער, אַנימאַציע־פֿילמען, ליאַלקע־פֿאָרשטעלונגען און מאַגישע קונסטן, וואָס טראָגן אָפֿט אַ ייִדישן טעם. דער שרײַבער און קריטיקער מײַקל וועקס, וואָס האָט באַקומען די פֿאַראַיאָריקע פּרעמיע, האָט געדינט ווי דער קאָנפֿעראַנסיע.

איידער די פּראָגראַם האָט זיך אָנגעהויבן, האָבן העכער 100 מענטשן, כּמעט אַלע אָנטייל־נעמער אין „ייִדיש־ניו־יאָרק‟, רעפּיטירט טיילן פֿון די לידער, וואָס מע האָט שפּעטער געזונגען אויפֿן קאָנצערט. ס׳איז געווען אַן אוניקאַל בילד: יונגע־לײַט, צוזאַמען מיט מענטשן אין זייערע פֿופֿציקער און זעכציקער יאָרן, האָבן געלערנט איינער דעם אַנדערן די ווערטער צו אַלטע בונדישע לידער. די לידער, אָנגעשריבן פֿון אַזעלכע באַקאַנטע פּאָעטן ווי ש. אַנ־סקי, דוד איידלשטאַדט, אַבֿרהם רייזען, שמערקע קאַטשערגינסקי, מאָריס ראָזענפֿעלד און מאָריס ווינטשעווסקי, האָט חנה קופּער אַליין ווידער־פּאָפּולאַריזירט דורך איר אַלבאָם „אין ליבשאַפֿט און אין געראַנגל: די מוזיקאַלישע ירושה פֿונעם ייִדישן אַרבעטער־בונד‟. דעם אַלבאָם האָט קופּער אַרויסגעלאָזט אין 1999, צוזאַמען מיט זלמן מלאָטעק, דען ראָוס, דעם „נײַעם ייִדישן־כאָר‟ און דעם „אַרבעטער־רינג־כאָר‟.

די פּראָגראַם האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַן אַרײַנפֿיר פֿון מײַקל וועקס, וואָס האָט אין זײַן הומאָריסטישן סטיל באַגריסט דעם עולם און דערציילט וועגן דעם ראָמאַן, וואָס ער האַלט אין שרײַבן, אַ דאַנק דעם געלט, וואָס דער „פֿאָנד א״נ פֿון חנה קופּער צו חלומען אויף ייִדיש‟ האָט אים פֿאַראַיאָרן צוגעטיילט. וועקס האָט אויסגעדריקט זײַן מיינונג, אַז דער פֿאַקט, וואָס אַזאַ ריזיקער עולם איז געקומען אויף אַ קאָנצערט, און אַז ער איז פֿאַרבונדן מיט אַ נײַעם פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור, איז „דער סאַמע־גרעסטער אופֿן אָפּצוגעבן כּבֿוד חנה און דער קולטורעלער ירושה, וואָס זי האָט איבערגעלאָזט‟. וועקס האָט באַטאָנט דעם פֿאַקט, אַז אַחוץ איר אַרבעט ווי אַ זינגערין איז קופּער געווען אַן עיקר־גרינדערין פֿון „קלעזקעמפּ‟, דעם פֿעסטיוואַל, אין וועלכן כּמעט אַלע אָרגאַניזירער פֿון „ייִדיש־ניו־יאָרק‟ זענען פֿריִער געווען אַקטיוו. וועקס האָט דערקלערט, אַז אָן קופּערס וויזיע און איר אַרבעט סײַ ווי אַ זינגערין, סײַ ווי אַן אַקטיוויסטקע, וואָלט אַזאַ פֿעסטיוואַל הײַנט ניט געקענט עקזיסטירן.

נאָך וועקס׳ רעדע האָט דער קאָנצערט גופֿא זיך אָנגעהויבן מיטן זינגען דעם בונדס הימען „די שבֿועה‟. עס קען זײַן, אַז ס׳איז געווען דאָס ערשטע מאָל נאָך לאַנגע יאָרן, אַז אַזאַ ריזיקער עולם זאָל שטייענדיק זינגען ש. אַנ־סקיס אַרבעטער־ליד אין ניו־יאָרק. פֿון אַ ליד פֿון 1902 איז די פּראָגראַם אַריבער צו אַ ליד פֿון 2015: דזשאַש וואַלעצקיס נײַע שאַפֿונג „נײַן־און־נײַנציק‟, וואָס פּריידיקט אַחדות צווישן די 99% אַמעריקאַנער, וואָס פֿאַרדינען ווייניקער ווי דער סאַמע־רײַכסטער פּראָצענט אַמעריקאַנער. דער באַגריף פֿון אַ שפּאַלטונג צווישן די צוויי גרופּעס איז פּאָפּולאַריזירט געוואָרן דורך דער באַוועגונג „אָקופּיר־וואָל־סטריט‟. דאָס ליד בינדט צונויף די אימאַזשן פֿון דער הײַנטיקער לינקער פּאָליטיק מיט דער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט דורך אַזעלכע קלוגע שורות ווי „בעת מיר וואָס עסן גבֿירישע שיריים זוכן נײַע דירות‟ און „אויב אַ חבֿר און ניט קיין חזיר זײַן/ איז דאָס לעבן אַ געשאַנק./ מע מאַכט ניט פֿון אַ וווינונג אַ קאָנטע/ מע מאַכט ניט פֿון אַ היים — אַ באַנק!/ נײַן־און־נײַנציק איז אַ חבֿרשאַפֿט/ איין־און־איינציק איז אַ ׳חזירשאַפֿט׳‟.