אַן עולם פֿון העכער 300 מענטשן האָט אָנגעפֿילט דעם זאַל אויפֿן צווייטן שטאָק פֿונעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟, כּדי צו הערן אַ קראַנץ לידער, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיטן „בונד‟, און צו באַערן דעם אָנדענק פֿון חנה קופּער צו איר פֿערטן יאָרצײַט.
דער קאָנצערט, וואָס עס האָט אײַנגעאָרדנט דער „פֿאָנד א״נ פֿון חנה קופּער צו חלומען אויף ייִדיש‟, איז הײַיאָר פֿאָרגעקומען ווי אַ טייל פֿונעם פֿעסטיוואַל „ייִדיש־ניו־יאָרק‟, מיט דער שטיצע פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟, וואָס האָט געדינט ווי דער „גאַסטגעבער‟ פֿאַרן אָוונט. במשך פֿונעם ספּעקטאַקל האָט מען אויך צוגעטיילט די הײַיאָריקע פּרעמיע פֿונעם „פֿאָנד‟ דזשאַש דאָלגינען, בעסער באַקאַנט ווי DJ Socalled, פֿאַר זײַנע „רעפּ‟־לידער, אַנימאַציע־פֿילמען, ליאַלקע־פֿאָרשטעלונגען און מאַגישע קונסטן, וואָס טראָגן אָפֿט אַ ייִדישן טעם. דער שרײַבער און קריטיקער מײַקל וועקס, וואָס האָט באַקומען די פֿאַראַיאָריקע פּרעמיע, האָט געדינט ווי דער קאָנפֿעראַנסיע.
איידער די פּראָגראַם האָט זיך אָנגעהויבן, האָבן העכער 100 מענטשן, כּמעט אַלע אָנטייל־נעמער אין „ייִדיש־ניו־יאָרק‟, רעפּיטירט טיילן פֿון די לידער, וואָס מע האָט שפּעטער געזונגען אויפֿן קאָנצערט. ס׳איז געווען אַן אוניקאַל בילד: יונגע־לײַט, צוזאַמען מיט מענטשן אין זייערע פֿופֿציקער און זעכציקער יאָרן, האָבן געלערנט איינער דעם אַנדערן די ווערטער צו אַלטע בונדישע לידער. די לידער, אָנגעשריבן פֿון אַזעלכע באַקאַנטע פּאָעטן ווי ש. אַנ־סקי, דוד איידלשטאַדט, אַבֿרהם רייזען, שמערקע קאַטשערגינסקי, מאָריס ראָזענפֿעלד און מאָריס ווינטשעווסקי, האָט חנה קופּער אַליין ווידער־פּאָפּולאַריזירט דורך איר אַלבאָם „אין ליבשאַפֿט און אין געראַנגל: די מוזיקאַלישע ירושה פֿונעם ייִדישן אַרבעטער־בונד‟. דעם אַלבאָם האָט קופּער אַרויסגעלאָזט אין 1999, צוזאַמען מיט זלמן מלאָטעק, דען ראָוס, דעם „נײַעם ייִדישן־כאָר‟ און דעם „אַרבעטער־רינג־כאָר‟.
די פּראָגראַם האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַן אַרײַנפֿיר פֿון מײַקל וועקס, וואָס האָט אין זײַן הומאָריסטישן סטיל באַגריסט דעם עולם און דערציילט וועגן דעם ראָמאַן, וואָס ער האַלט אין שרײַבן, אַ דאַנק דעם געלט, וואָס דער „פֿאָנד א״נ פֿון חנה קופּער צו חלומען אויף ייִדיש‟ האָט אים פֿאַראַיאָרן צוגעטיילט. וועקס האָט אויסגעדריקט זײַן מיינונג, אַז דער פֿאַקט, וואָס אַזאַ ריזיקער עולם איז געקומען אויף אַ קאָנצערט, און אַז ער איז פֿאַרבונדן מיט אַ נײַעם פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור, איז „דער סאַמע־גרעסטער אופֿן אָפּצוגעבן כּבֿוד חנה און דער קולטורעלער ירושה, וואָס זי האָט איבערגעלאָזט‟. וועקס האָט באַטאָנט דעם פֿאַקט, אַז אַחוץ איר אַרבעט ווי אַ זינגערין איז קופּער געווען אַן עיקר־גרינדערין פֿון „קלעזקעמפּ‟, דעם פֿעסטיוואַל, אין וועלכן כּמעט אַלע אָרגאַניזירער פֿון „ייִדיש־ניו־יאָרק‟ זענען פֿריִער געווען אַקטיוו. וועקס האָט דערקלערט, אַז אָן קופּערס וויזיע און איר אַרבעט סײַ ווי אַ זינגערין, סײַ ווי אַן אַקטיוויסטקע, וואָלט אַזאַ פֿעסטיוואַל הײַנט ניט געקענט עקזיסטירן.
נאָך וועקס׳ רעדע האָט דער קאָנצערט גופֿא זיך אָנגעהויבן מיטן זינגען דעם בונדס הימען „די שבֿועה‟. עס קען זײַן, אַז ס׳איז געווען דאָס ערשטע מאָל נאָך לאַנגע יאָרן, אַז אַזאַ ריזיקער עולם זאָל שטייענדיק זינגען ש. אַנ־סקיס אַרבעטער־ליד אין ניו־יאָרק. פֿון אַ ליד פֿון 1902 איז די פּראָגראַם אַריבער צו אַ ליד פֿון 2015: דזשאַש וואַלעצקיס נײַע שאַפֿונג „נײַן־און־נײַנציק‟, וואָס פּריידיקט אַחדות צווישן די 99% אַמעריקאַנער, וואָס פֿאַרדינען ווייניקער ווי דער סאַמע־רײַכסטער פּראָצענט אַמעריקאַנער. דער באַגריף פֿון אַ שפּאַלטונג צווישן די צוויי גרופּעס איז פּאָפּולאַריזירט געוואָרן דורך דער באַוועגונג „אָקופּיר־וואָל־סטריט‟. דאָס ליד בינדט צונויף די אימאַזשן פֿון דער הײַנטיקער לינקער פּאָליטיק מיט דער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט דורך אַזעלכע קלוגע שורות ווי „בעת מיר וואָס עסן גבֿירישע שיריים זוכן נײַע דירות‟ און „אויב אַ חבֿר און ניט קיין חזיר זײַן/ איז דאָס לעבן אַ געשאַנק./ מע מאַכט ניט פֿון אַ וווינונג אַ קאָנטע/ מע מאַכט ניט פֿון אַ היים — אַ באַנק!/ נײַן־און־נײַנציק איז אַ חבֿרשאַפֿט/ איין־און־איינציק איז אַ ׳חזירשאַפֿט׳‟.
אַזוי ווי אַלע שפּעטערדיקע זינגער האָט אַ „הויז־קאַפּעליע‟ באַגלייט וואַלעצקין בעת ער האָט געזונגען. די קאַפּעליע, וואָס איז ספּעציעל געשאַפֿן געוואָרן פֿאַרן אָוונט, איז באַשטאַנען פֿון דן בלאַקסבערג (טרומייט), אַנטאָני קאָלמאַן (קלאַוויאַטור), מאַרטי קאָנפֿוריוס (באַס), יאָשי פֿרוכטער (עלעקטרישע גיטאַר), דוד ליכט (פּויקן), פֿרענק לאָנדאָן (טרומייט), מאַרילין לערנער (קלאַוויאַטור), און מײַקל ווינאָגראַד (קלאַרנעט).
נאָך וואַלעצקיס „נײַן־און־נײַנציק‟ האָבן אַ ריי זינגער פֿאָרגעשטעלט די לידער פֿון קופּערס אַלבאָם; פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער אַרבעטער־באַוועגונג. די מוזיק, וואָס מע האָט געשאַפֿן צו די לידער, האָט אַרײַנגענומען אַן אינטערעסאַנטן געמיש פֿון זשאַנערן, פֿון גאַנץ טראַדיציאָנעל (עטל ריימס נוסח פֿונעם פֿאָלקסליד „איידער איך לייג זיך שלאָפֿן‟) ביז דזשעז (סאַשע לוריעס נוסח פֿון דוד איידלשטאַדטס „מײַן צוואה‟), קאַבאַרעט (דניאל קאַהן און פּסאָי קאָרעלענקאָס נוסח פֿון ש. אַנ־סקיס „אין זאַלציקן ים‟), און אַפֿילו „סקאַ‟ (דזשאָען באָרצס נוסח פֿון דוד איידלשטאַדטס „וואַכט אויף‟). די לידער, אַלע פּרעכטיק געזונגען, האָבן פֿאַרקערפּערט דעם גײַסט פֿונעם אָוונט; זיי האָבן סײַ פֿאָרגעשטעלט מיט זיך די טאַלאַנטן פֿון זייערע הויפּט־זינגער, סײַ געוויזן די צוזאַמענאַרבעט פֿון דער קהילה, וואָס איז געקומען, זיי צו זינגען.
נאָך די לידער האָט מען צוגעטיילט דזשאַש דאָלגינען די הײַיאָריקע פּרעמיע פֿונעם „פֿאָנד‟. אין זײַן רעדע האָט דאָלגין גערעדט וועגן זײַן באַציִונג צו חנה קופּער און דערמאָנט, אַז כאָטש זי האָט אין גאַנצן ניט פֿאַרשטאַנען זײַן מוזיק, איז זי געווען אַ שטענדיקע שטיצערין פֿון זײַן אַרבעט. דאָלגין האָט עמאָציאָנעל דערציילט, אַז בעת קופּער איז געווען קראַנק, האָט ער זי פֿאַרבעטן אויף איינעם פֿון זײַנע קאָנצערטן. ער האָט ניט דערוואַרט, אַז קופּער וועט קומען, אָבער זי איז טאַקע געקומען און, ווי עס טרעפֿט זיך, איז דאָלגינס קאָנצערט דווקא געווען דער סאַמע־לעצטער, אויף וועלכער זי איז אַמאָל בײַגעווען.
צום שלוס פֿונעם אָוונט האָט קופּערס לאַנג־יאָריקער מוזיקאַלישער שותּף זלמן מלאָטעק באַגלייט אויף דער קלאַוויאַטור איר קול בעת מע האָט געשפּילט אַ רעקאָרדירונג פֿון איר נוסח פֿונעם ליד „ווילנע‟. קופּערס קול האָט ממש פֿאַרכּישופֿט דעם עולם, פּונקט ווי זי האָט אַזוי אָפֿט אַליין געטאָן, בעת זי האָט געזונגען וועגן די „צײַטן פֿון אַמאָל‟. בײַם סוף פֿונעם ליד האָבן די אַלע זינגער, וואָס זענען אויפֿגעטראָטן במשך פֿונעם אָוונט, געזונגען ווי אַ כאָר, באַגלייטנדיק מיט טרערן אין די אויגן קופּערס צערטלעכע, אָבער מאַכטפֿולע שטימע.
מיר איז שוין אויסגעקומען צו זײַן אויף אַ ריי קאָנצערטן און פּראָגראַמען געווידמעט די פֿאַרשטאָרבענע קינסטלער; איך האָב, אָבער, קיינמאָל פֿריִער ניט געפֿילט אַזוי שטאַרק דעם בײַזײַן פֿון אַ מענטש, פֿאַר וועמען מע האָט געשאַפֿן די פּראָגראַם, באַזונדערס אין דעם מאָמענט בײַם סוף פֿון „ווילנע‟. מע האָט ממש געקענט פֿילן די ליבשאַפֿט און ייִראת־הכּבֿוד צו איר. ס׳איז געווען אַ מאַגישער מאָמענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.