דעם 29סטן דעצעבמער, בעת אַ וויזיט אין לאָס־אַנדזשעלעס, איז אונדזער ליבער פֿרײַנד און לערער, שמואליק סלוצקי, אַװעק אין דער אײביקײט.
נאָך דעם ווי זײַנע צװײ זין, יאַנקל און דובי, האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט די טרױעריקע בשׂורה אױפֿן טאַטנס פֿײסבוק־זײַטל, האָבן הונדערטער פֿרײַנד, משפּחה און געװעזענע שילער אָנגעשריבן װאָס פֿאַר אַ מין מענטש ער איז געװען. מע האָט באַטאָנט זײַן השפּעה אױף זײ װי אַ לערער, װי אַ חבֿר. „סלאַגאָ‟, װי אַזױ פֿיל מענטשן האָבן אים גערופֿן, איז געװען אײנער פֿון די געציילטע מענטשן, װאָס קאָנען אַרױסרופֿן אַזאַ רעאַקציע.
טשאַרלס ראָדזשער סלוצקי (שמואליק־ראובֿן אױף ייִדיש) איז געבױרן געװאָרן אין פּאַריז דעם 26טן מאַרץ, 1948. ער איז אָנגעקומען קײן אױסטראַליע צוזאַמען מיט די עלטערן ערשט אין 1950. די עלטערן, עדע און יעקבֿ, זײַנען געװען פֿון דער שארית־הפּליטה און האָבן דערצױגן שמואליקן און זײַן שװעסטערל, מרים, אין די ראַמען פֿון דער בונדישער אידעאָלאָגיע. דאָס הױז, װוּ די סלוצקיס האָבן געװױנט, 501 קענינג סטריט, קאַרלטאָן, אין מעלבורן, איז געװען דאָס אָרט, װוּ מע פֿלעגט זיך צונױפֿקומען טאָמער זײַנען פֿאָרגעקומען סיכסוכים צװישן די חבֿרים. מען איז זיך צונױפֿגעקומען שפּעט בײַ נאַכט, נאָך דער אַרבעט, בײַ די סלוצקיס, און יעקבֿ האָט געפֿירט דעם פֿאָרזיץ. דער יונגער שמואליק האָט זיך צוגעהערט צו די דיסקוסיעס. אפֿשר האָט דאָס ייִנגל שױן געװוּסט, אַז מיט דער צײַט װעט ער אויך אַמאָל שפּילן אַ ראָלע אין דער מעלבורנער בונד־אָרגאָניזאַציע.
שמואליק האָט זיך געלערנט אין אַן עפֿנטלעכער שול, אָבער װי דער זון פֿון הײסע ייִדישיסטן, האָט ער אױך זיך געלערנט ייִדיש בײַ דער י. ל. פּרץ זונטיק־שול. דורך דער שול, דורך זײַן אַרבעט בײַ דער קולטור־אָרגאָניזאַציע „קדימה‟, אין איר „דוד הערמאַן ייִדיש טעאַטער‟ און שפּעטער — אין „סקיף‟, האָט סלאַגאָ זיך באַקענט מיט זײַנע צוקונפֿטיקע לערערס. צװישן זײ זײַנען געװען מענטשן פֿון דער שארית־הפּליטה, פּאַרטיזאַנער און געטאָ־קעמפֿער, לערערס און קולטור־טוערס. ער האָט זיך געלערנט בײַ באָנאָ װינער, יוסף גיליגיטש און אַנדערע. שפּעטער איז ער אַלײן געװאָרן דער עצה־געבער און אָנלערער פֿון אַ סך פֿון דער יונגער חבֿרה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.