(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די ייִדישע צוקוקער באַמערקן באַלד, אַז אפֿרימס מאַמע איז נישט געווען אַ קריסטלעכע פֿרוי. די משפּחה האָט זי אָבער ליב געהאַט און באַטראַכט ווי אַן אייגענע „פֿאַלאַשאַ‟. אין פֿאַרגלײַך מיט ישׂראל, וווּ דאָס דאָזיקע וואָרט טראָגט אַ נעגאַטיווע קאָנאָטאַציע, איז עס אין עטיאָפּיע אַ געוויינטלעכע זעלבסט־אידענטיפֿיקאַציע. אַ סימפּאַטיש מוסולמעניש מיידל איז מסכּים אַכטונג צו געבן אויף אפֿרימס באַליבטער חיה. דער רעזשיסאָר האָט דערקלערט, אַז ער איז אויפֿגעוואַקסן צווישן „שטאַרקע און שיינע עטיאָפּישע פֿרויען‟, וועלכע באַציִען זיך צו אַלעמען מיט אַ סימפּאַטיע; די רעליגיעזע חילוקים שפּילן נישט קיין גרויסע ראָלע אין עטיאָפּיע.
דווקא צוליב דעם, קוקן אַ סך ישׂראלים אויף די עטיאָפּישע אימיגראַנטן מיט אַ חשד. בײַ די ייִדיש־שטאַמיקע קריסטן, באַקאַנט ווי „פֿאַלאַשמוראַ‟, פֿאָדערט מען, זיי זאָלן זיך אָפֿיציעל מגייר זײַן. נישט לאַנג צוריק, אין נאָוועמבער, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג גוטגעהייסן אָנצונעמען 9,000 נײַע עולים פֿון עטיאָפּיע. צוליב דעם דאָזיקן צופֿאַל, האָט זעלעקעס פֿילם באַזונדערס אויסגענומען בײַ די ייִדישע קריטיקער. די עטיאָפּישע עדה אין ישׂראל באַטרעפֿט בערך 150,000 נפֿשות. דער פֿילם דערציילט אָבער וועגן גאָר אַן אַנדער מין לעבן פֿון עטלעכע טויזנט ייִדן, וואָס וווינען נאָך אַלץ אינעם אָרעמען, אָבער חנעוודיקן, אַפֿריקאַנער לאַנד.
אַמאָל האָבן ייִדן אין עטיאָפּיע גערעדט אויף צוויי אייגענע שפּראַכן — קוואַראַ און קײַלאַ. אַמהאַריש, אַ שפּראַך פֿון בערך 20 מיליאָן נישט־ייִדישע עטיאָפּער, געהערט צו דער סעמיטישער גרופּע און איז ענלעך, אין אַ געוויסער מאָס, צו העברעיִש און אַראַביש. הײַנט ווערט עס באַטראַכט ווי דאָס היימישע מאַמע־לשון פֿון דער עטיאָפּישער ייִדישער עדה, „בית־ישׂראל‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.