(די 2 טע זײַט פֿון 3)
צו די אַנדערע נײַעס: אין מאָסקווע בויט זיך אַ נײַע פֿולווערטיקע קהילה פֿון חב״ד אין דער מאָסקווער געגנט סאָקאָלניקי, וווּ עס געפֿינט זיך דער אינסטיטוט פֿאַר מיידלעך „חיה מושקה‟, אַ שיל פֿאַר מיידלעך און אַן אינטערנאַט. דאָרטן האָט זיך אויך געעפֿנט אַ נײַע מיקווה.
נאָך אַן אויפֿטו פֿונעם מאָסקווער חב״ד: עס האָט זיך געעפֿנט אַ נײַער כּשרער פֿליישיקער רעסטאָראַן, וואָס הייסט „מעסטיעטשקאָ‟ (שטעטל). בײַ דער עפֿענונג איז בײַגעווען דער הויפּט־רבֿ פֿון רוסלענדישן חב״ד ר׳ בערל לאַזאַר. דער רעסטאָראַן איז אַ פּרעסטיזשפֿולער, געפֿינט זיך אין סאַמע צענטער פֿון מאָסקווע און אַרבעט ביז חצות אין דער נאַכט.
אָבער די פּראָבלעם פֿון כּשר עסן בלײַבט איינע פֿון די גרעסטע אין דער ייִדישער רעליגיעזער אינפֿראַסטרוקטור. די וואָך האָבן אַ הכשר באַקומען עטלעכע סאָרטן מאַיאָנעז, קאָנסערוון און מילכיקע פּראָדוקטן.
אין די לעצטע טעג פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען דער 14טער ניטל־פֿעסטיוואַל פֿון דיגיטאַלע אינטעראַקטיווע אינסטאַלאַציעס, דהײַנו, אַ פֿאַרמעסט צווישן שול־תּלמידים אויף דעם בעסטן ראָבאָט. דעם הויפּט־פּריז האָט געוווּנען דער תּלמיד פֿון דער ייִדישער שול „אָרט‟ יעגאָר אַלעקסאַנדראָוו. ער האָט געשאַפֿן אַ ראָבאָט, וואָס העלפֿט לערנען זיך און לערנען די קינדער צו שפּילן שאַכמאַט. דער בחור האָט געזאָגט, אַז די אידעע איז אים אײַנגעפֿאַלן, ווען ער האָט געזען אַ שאָך־לימוד אין קינדער־גאָרטן, וואָס איז געווען ניט אינטערעסאַנט פֿאַר די קינדער. יעגאָר אַלעקסאַנדראָוו האָט געוואָלט, אַז די קלוגע שפּיל זאָל פֿאַרכאַפּן די קינדער, און האָט אויסגעטראַכט און אַליין געמאַכט אַ ראָבאָט, וואָס נעמט די פֿיגורן, שטעלט זיי איבער אויפֿן טאָוול און אַזוי ווײַטער. יעגאָר האָט אויך צוגעגרייט אַ קורצן פֿילם, וואָס דערציילט וועגן זײַן ראָבאָט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.