די ביקס איז אונדזער חבֿר
אונדז שרעקט ניט אָפּ קיין שלאַכט.
מיר זײַנען גרייט באַשיצן
די פֿרײַע ראַטן־מאַכט
(פֿונעם ליד „יונגע גוואַרדיע‟)
צי קען מען אויפֿלעבן די ייִדישע לידער פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה פֿאַרן הײַנטיקן עולם? צי פֿאַרמאָגן זיי נאָך אַזאַ ביטערן טעם פֿון אָפּנאַרערײַ, אַנטוישונג און רישעות, אַז מע קען זיך נישט צוהערן צו זיי אַפֿילו הײַנט? און וואָס שייך דער מוזיק — צי קענען יענע מעלאָדיעס נאָך געפֿעלן די צוהערער אינעם 21סטן יאָרהונדערט?
צוריק געשמועסט, וואָלט טאַקע כּדאַי געווען, אַז דער קאָמפּאָזיטאָר שמואל (סאַמויִל) פּאָלאָנסקי זאָל מער באַקאַנט ווערן, און דאָס איז דער גרויסער אויפֿטו פֿונעם נײַעם קאָמפּאַקטל City of the Future: Yiddish Songs from the Former Soviet Union [די שטאָט פֿון דער צוקונפֿט: ייִדישע לידער פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד]. אינעם אַרײַנפֿיר צום ביכל, וואָס באַגלייט דאָס קאָמפּאַקטל, שרײַבט עריק גאָרדאָן, אַז דער קאָמפּאָזיטאָר, דער זון פֿון אַ קלעזמער־פֿידלער, איז געבוירן געוואָרן אין שטעטל הײַסין, אוקראַיִנע. ער האָט זיך אויסגעלערנט שפּילן אויף כּלערליי אינסטרומענטן און געשפּילט אין אַן אָרטיקער קאַפּעליע. דרײַ יאָר, (פֿון 17 ביז 20) האָט ער געדינט אין דער רויטער אַרמיי. אין גיכן האָט ער שוין דיריגירט מיט מוזיקאַלישע כאָרן און אַנסאַמבלען. פֿון 1929 ביז 1941 האָט ער אָנגעפֿירט מיטן ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן כאָר אין מינסק. ער האָט זיך באַזעצט אין מאָסקווע אין 1945; די ווײַטערדיקע ידיעות וועגן אים ביז זײַן טויט אין 1955 צו 52 יאָר זענען אומבאַקאַנט.
די איצטיקע רעקאָרדירונג איז גענומען געוואָרן פֿון זײַן לידער־זאַמלונג „פֿאַר יוגנט‟, אַרויס אין 1931. אַ יאָר פֿריִער האָט ער אַרויסגעגעבן אַ גרעסערע זאַמלונג, „30 לידער פֿאַר קינדער‟, אויך אויף די ווערטער פֿון די אָנפֿירנדיקע ייִדיש־סאָוועטישע פּאָעטן, צווישן זיי — איציק פֿעפֿער, פּרץ מאַרקיש, משה קולבאַק און לייב קוויטקאָ.
גאָרדאָן טענהט, אַז כאָטש די לידער הייסן „קינדער־לידער‟, קען מען זיי אויך באַצייכענען ווי קונסט־לידער. טעכניש וואָלט זיי שווער געווען צו זינגען פֿאַר קינדער־כאָרן, און אין געוויסע ערטער, זעט מען אַפֿילו אַן עקספּערימענטאַליזם, וואָס איז ווײַט פֿון פֿאָלקמוזיק. דער עיקר, וויל גאָרדאָן, אַז דער צוהערער זאָל אויפֿנעמען די לידער נישט ווי אַ סימבאָל פֿון אַ פֿאַלשן גאָט, נאָר ווי אַ דערמאָנונג פֿון דער גרויסער האָפֿענונג פֿון יענער צײַט, ווען די לינקע ייִדישע קולטור האָט געבליט, און ביראָבידזשאַן איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן.
וועגן דער מוזיק שרײַבט יעיל סטראָם, דער ראָש פֿונעם אַמביציעזן פּראָיעקט און אַראַנזשירער, אַז „נאָך דעם ווי איך האָב זיך צוגעהערט צו די מעלאָדיעס פֿון אַלע לידער און געלייענט די ליריק, האָב איך באַשלאָסן, אַז אויב די לידער זאָלן בלײַבן רעלעוואַנט פֿאַרן הײַנטיקן ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן ליד, דאַרף איך נישט פּשוט נאָכמאַכן פּאָלאָנסקיס אַראַנזשירונגען. אַ סך פֿון זײַנע מעלאָדיעס האָבן פֿאַרמאָגט אַן ענלעכן מאַרש־געפֿיל, און איך האָב געוווּסט, אַז דאָס וועט אין גיכן ווערן נודנע דעם צוהערער.‟ כּדי דאָס אויסצומײַדן, האָט סטראָם קאָמפּאָנירט מוזיקאַלישע אַרײַנפֿירן צו אַ סך פֿון די לידער, נוצנדיק קלעזמערישע, קלאַסישע, רוסיש־פֿאָלקישע און דזשעז־מאָטיוון. צי אַזאַ צוגאַנג איז געווען דער ריכטיקער און צי דאָס האָט דערהײַנטיקט פּאָלאָנסקיס אָריגינעלע מוזיקאַלישע געדאַנקען, בלײַבט אַ האַרבע קשיא.
בײַם אָנהייב פֿונעם ערשטן ליד, „ווער האָט עס?‟, ווערטער פֿון איציק פֿעפֿער, הערן מיר ווי דער סאַקסאָפֿאָן, פֿידל און אַקאָרדיאָן שפּילן אַן אימפּראָוויזאַציע אַ גאַנצע מינוט, וואָס איז ווײַט פֿון ייִדישע קלאַנגען. ווען מיישקע אַלפּערט הייבט, סוף־כּל־סוף, אָן זינגען, ווערט קלאָר, אַז דאָס ליד האָט אַ מאַרש־ריטעם, און דאָס שײַכות צווישן דער מעלאָדיע און דער אימפּראָוויזאַציע־באַגלייטונג איז אומפֿאַרשטענדלעך. אויב מע האָט געדאַרפֿט אַזוי ווײַט אַוועקגיין פֿונעם אָריגינעלן ליד, איז דאָס שוין נישט קיין סימן, אַז ס’איז טאַקע נישט שייך הײַנט? דווקא די ווערטער מיט דער באַקאַנטער שורה „אַ נאַקעטער יונג פֿון די בלאָטעס‟, וואָלט מען הײַנט יאָ געקענט זינגען. ס’איז אויך אמת, אַז פּאָלאָנסקי האָט דאָ נישט געשאַפֿן קיין פֿאָלקסלידער, אָבער דאָך פֿילט מען אַ פֿאָלקישע פֿאַרבינדונג אין די לידער.
דאָס פּײַקל פֿון דאָנקאָן מור איז דער איינציקער אינסטרומענט, וואָס מע הערט אינעם ליד „רויטע אַרמיי‟, מיט די ווערטער פֿון איציק קיפּניס. עס זינגט אַ דועט — דזשודי ברעסלער פֿון דער „קלעזמער קאָנסערוואַטאָריע קאַפּעליע‟ מיטן בערלינער זינגער דן קאַהן. דאָס ליד האָט אויך אַ מאַרש־ריטעם, אָבער די פּײַקלעך שטעלן נישט דעם טראָפּ אויפֿן ריטעם, נאָר דינען ווי אַ מעלאָדישער הינטערגרונט. מער קלעזמעריש קלינגט „וואַקסן יונגע כּוחות‟, ווערטער פֿון קאַרטשעוו, געזונגען פֿון יאַנקל פֿאָלק (פֿון דער „נײַער קאַפּעליע‟) און מיישקע אַלפּערט; דאָס איז פֿון די מער געראָטענע אַראַנזשירונגען. די פּשוטסטע, פֿאָלקישע באַגלייטונגען זענען די בעסטע: למשל, אין „אויפֿן גליטש‟, ווערטער פֿון לייב קוויטקאָ, געזונגען פֿון דזשודי ברעסלער, שפּילט בלויז די גיטאַר פֿון פֿרעד בענעדעטי.
פֿון די לידער, וואָס מע וועט דערקענען פֿון פֿריִער, איז די פֿאָלקס־באַלאַדע „הירש לעקערט‟, געזונגען פֿון פֿיר זינגערס — אַלפּערט, ברעסלער, עליזאַבעט שוואַרץ און אַנטאָני ראָסל. צו דעם שפּילט אַ דזשעז־פֿלייט (דזשעף פּעקאַרעק), וואָס מיר דאַכט, פּאַסט נישט און נעמט אַוועק דאָס טראַגישע געפֿיל פֿון דער באַלאַדע. אין פֿעפֿערס „אַ קרענעצע‟ („דאָרטן וווּ גראָזן זײַנען נאַסע‟), זינגען אַלע זינגער אין אַ כאָר; צי וואָלט אָבער נישט בעסער געווען, ווען עס זינגט בלויז איין זינגער? ס’איז קיין פֿראַגע נישט, אַז די מוזיקער שפּילן אויף דער העכסטער מדרגה: די וואָס איך האָב נאָך נישט דערמאָנט — פּיטער סטאַן (אַקאָרדעאָן); נאָרבערט סטייטשעל (סאַקסאָפֿאָן) און אַנדערע בלאָז־אינסטרומענטן, און יעיל סטראָם (פֿידל). די זינגערס, וואָס נעמען אָנטייל זענען אויך מן־המובֿחר — פֿון ישׂראל איז געקומען די זינגערין וויראַ לאָזינסקי און איר קול הערט מען, צווישן אַנדערע לידער, אין „דאָס ליד פֿון קאָלווירטניק”, ווערטער פֿון יעקבֿ פֿרידמאַן.
„די שטאָט פֿון צוקונפֿט‟ איז אַן אַמביציעזער און וויכטיקער פּראָיעקט, וואָס וויל באַקענען דעם צוהערער מיט די אוצרות פֿון די סאָוועטיש־ייִדישע לידער, קאָמפּאָנירט פֿון שמואל פּאָלאָנסקי. יעיל סטראָמס וויזיע ווי דאָס צו פֿאַרווירקלעכן קלעקט נישט לויט מײַן פֿאָלקישן געשמאַק, אָבער מיט אַזוינע גוטע זינגערס און מוזיקער איז כּדאַי דאָס צו הערן.
צוויי לידער פֿונעם קאָמפּאַקטל קען מען הערן אויף דער וועבזײַט:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.