אָפּלייקענען דעם חורבן אויף אַ פֿרומען אופֿן

Holocaust Denial, Orthodox Style

הרבֿ יוסף מזרחי
YouTube
הרבֿ יוסף מזרחי

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 08, 2016, issue of February 05, 2016.

מיט אַ וואָך צוריק איז אויסגעבראָכן אַ סקאַנדאַל מיט הרבֿ יוסף מזרחי, אַ באַקאַנטער פֿרומער טוער, וועלכער איז צום מערסטן פּאָפּולער צווישן די בעל־תּשובֿות. אין זײַן אַנומלטיקער קורצער רעדע אויפֿן „יוטוב‟ האָט ער געמאָלדן, אַז „ווייניקער ווי אַ מיליאָן ייִדן‟ זענען אומגעקומען בעתן חורבן.

נישט צום ערשטן מאָל טרעפֿן זיך חורבן־אָפּלייקענער אין דער פֿרומער וועלט. אינעם יאָר 2006 איז הרבֿ משה־אַריה פֿרידמאַן אויפֿגעטראָטן מיט ענלעכע ווערטער אין איראַן. די פּרעסע האָט אים באַצייכנט ווי אַ „מיטגליד פֿון נטורי־קרתּא‟. אין דער אמתן, האַלטן אים די טראַדיציאָנעלע נטורי־קרתּאניקעס פֿאַר אַן אויסטערלישן פֿאַרדרייטן פּאַרשוין, מיט וועלכן זיי ווילן גאָרנישט האָבן צו טאָן. זײַענדיק אַ פֿרײַער פֿויגל אָן קיין שײַכות צו באַקאַנטע ייִדישע גרופּעס, האָט פֿרידמאַן אין דער פֿרומער וועלט אַ פֿעסטע רעפּוטאַציע פֿון אַ משוגענעם.

להיפּוך, איז מזרחי אַ באַקאַנטע פּערזענלעכקייט. אַ סך פֿרומע גרופּעס שטיצן זײַן קירובֿ־טעטיקייט און פֿאַרבעטן אים כּסדר צו דרשענען אין שילן און קהילה־צענטערס. למשל, דעם פֿאַרגאַנגענעם אַפּריל האָבן די רוסישע ליובאַוויטשער אים פֿאַרבעטן אויפֿצוטרעטן מיט אַ לעקציע אין סטאַטען־אײַלענד. אויף זײַן אָפֿיציעלער וועבזײַט Divineinformation.com פֿאַרשפּרייט ער אַ ריי קאָמפּאַקטלעך און אומצאָליקע ווידעאָ־לעקציעס. אַ טייל פֿון זיי זענען איבערגעזעצט געוואָרן אויף רוסיש.

אינעם פּאָליטישן אַספּעקט, איז מזרחי אַ פֿאַרביסענער רעכטער ציוניסט. די אַראַבער פֿאַרגלײַכט ער מיט אַ „חמור‟, און די פּאַלעסטינער זענען פֿאַר אים אַ באַנדע „אומלעגאַלע אימיגראַנטן‟; די מוסולמענער באַטראַכט ער ווי אַנטיסעמיטן און פּאָטענציעלע רוצחים, און צו די מערבֿדיקע דעמאָקראַטישע אידעאַלן באַציט ער זיך טיף נעגאַטיוו. נאָכן אָפּדינען אין צה״ל, איז ער אָבער אַוועקגעפֿאָרן קיין ניו־יאָרק. אין ברייטע חרדישע קרײַזן פֿון ברוקלין און מאָנסי, וווּ ער וווינט הײַנט, איז דער דאָזיקער טוער באַקאַנט ווי אַ חשובֿער בעל־דרשן.

צום אָפּלייקענען דעם אמתן מאַסשטאַב פֿונעם חורבן איז מזרחי צוגעקומען צוליב זײַן פֿאָראורטל צו די אַשכּנזים, בפֿרט די וועלטלעכע, וועלכע ער באַטראַכט בכלל נישט ווי ייִדן. ער האָט נישט קיין ספֿק, אַז די נאַציס האָבן פֿאַרטיליקט 6 מיליאָן מענטשן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. לויט זײַן מיינונג, זענען אָבער בלויז אַ קליינער טייל פֿון זיי געווען ייִדן על־פּי הלכה. קוקנדיק אויפֿן „מיליאָן גויים‟, ווי ער רופֿט אָן דעם רוסישן עולם אין ארץ־ישׂראל, מאַכט ער דעם אויספֿיר, אַז בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן ס׳רובֿ נאַצי־קרבנות אויך געשטאַמט פֿון געמישטע משפּחות און זיך נישט אויפֿגעפֿירט פֿרום. ממילא, גלייבט ער נישט, אַז אַזעלכע מענטשן זאָלן פֿאַררעכנט ווערן פֿאַר ייִדן.