דעם 6סטן יאַנואַר, אין די ראַמען פֿונעם „קולטור־קרײַז‟, וואָס טרעפֿט זיך אויף קאַלישער 48, תּל־אָבֿיבֿ, האָט יצחק לודען, דער סעקרעטאַר פֿון אַרבעטער־רינג און ישׂראל, און דער רעדאַקטאָר פֿון די „לעבנס־פֿראַגן‟, דערלאַנגט דער דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים אַ „בוקעט לידער‟ צו איר באַקומען דעם יערלעכן פּרײַז פֿאַרן יאָר 2015 פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
בײַם באַקומען צוזאַמען דעם פֿיכמאַן־פּרײַז
אַ ליד פֿון גאָר אַמאָל
מיר האָבן בײדע געבענקט באַזונדער
געװאָלט אין אַ ליד אַלץ דערצײלן,
און בײדע געהײלט אין װערטער די װוּנדן
װאָס ניט געקענט זײ פֿאַרהײלן.
דו האָסט געשריבן דײַן װאָרט אין עבֿרית,
איך אין ייִדיש, װוּ ס’פֿעלט ניט קיין טרער,
װען אַיעדער פֿון אונדז אין אַ װעג נעמט מיט
װאָס אים איז טײַער און אויך װאָס איז שװער.
מיר האָבן בײדע זיך פֿרײַנדלעך באַגריסט
איך אין מײַן ייִדיש, דו — אין עבֿרית.
איך געדענק נאָך מײַן זאָגן:
אוי, עס פֿאַרדריסט
װי עס אָטעמט צעטיילט אונדזער ליד.
איך גיי עפּעס טאָן װאָס ניט צו גלײבן,
אַנטלײַען בײַ די יאָרן פֿון װײַטן אַמאָל
געפֿילן, װאָס דאַרפֿן ניט פֿרעגן בײַ זיך
צי קען איך נאָך גײן אין יונג־יונגע שיך.
איך גיי עפּעס טאָן װאָס ניט צום גלײבן,
בײַ די יאָרן פֿון לאַנג שוין ניטאָ
אַנטלײַען די קענטשאַפֿט פֿון הײבן אַ באַרג,
די פֿרײד פֿון זײַן שטאַרק.
איך הער ניט קיין ענטפֿער פֿון יאָרן, אַ קול
און כ‘זוך ניט די שפּורן פֿון זײער געשװײַג,
װי קען דער אַמאָליקער יונגער אַמאָל
מיר לײַען אַ באַרג מיט אַ טרעריקן טאָל?
30.08.2015
כ’האָב באַקומען פֿון דיר אַ גרוס אַ קאָליריקן
פֿאַרהיט אין דײַן בילד, אַ באַריר,
טאָ װי זאָל מײַן ענטפֿער װערן אַ טרעריקער
די רגע זאָל בלײַבן מיט דיר.
מיט דיר אין אַ פֿאַרביקן גרוס אויף די װענט
װען פֿרילינג האָט לאַנג שוין געװאַרט,
בין איך אין דײַנע קאָליריקע הענט
אַ פֿויגל, װאָס זינגט נאָך צום האַרבסט.
אין אַ שמועס מיט צבֿי אײַזנמאַן נאָך דעם װי זײַן בוך איז דערשינען אין רוסישער איבערזעצונג, האָב איך אים דערצײלט, אַז הדס פֿון „בית־לײװיק‟ האָט אַרײַנגעגעבן אין אַ זײַט פֿון „פֿײסבוק‟ פֿראַגמענטן פֿון דער סאַלוט־פֿײַערונג לכּבֿוד אים. צבֿי האָט זיך צוגעהערט און געפֿרעגט: װאָס איז „פֿײסזבוק‟? האָב איך אים געענטפֿערט: דאָס איז די דיגיטאַלישע װעלט און מיר געהערן שוין נישט צו איר. אין ליכט פֿון אָט דעם שמועס האָב איך אָנגעשריבן אַ ליד:
דו פֿרעגסט בײַ מיר
װאָס פֿײסבוק מײנט,
איך ענטפֿער דיר:
פֿײסבוק איז די װעלט
פֿון דיגיטאַל,
װאָס מיר געהערן ניט צו איר.
צו װעלכער װעלט געהערן מיר?
ענטפֿער איך
װעלטן אָן אַ שיעור
האָבן מיר פֿאַרלאָרן
מיר געהערן צום זכּרון,
און מיר געהערן אויך
צו אַלץ װאָס לעבט און בליט;
מיר בײדע, דו און איך
געהערן צו אַ ליד.
25.9.2014
און פֿיר חדשים שפּעטער, נאָך אײַזנמאַנס פּטירה האָב איך געשריבן:
צבֿי,
ביסט אין שטורעם אַוועק.
פֿלעגסט תּמיד מיר זאָגן:
דו װאַרטסט אויפֿן טויט.
איך װײס װי דו האָסט געליטן
די שטורעמס אין לעבן
אין דײַנעם,
איצטער, אויף אייביקער רו פֿאַרביטן.
אין דער אייביקער רו
װוּ דו ביסט פֿאַרבליבן
װעלן געדענקען דיך
די ייִדישע װערטער
װאָס דו האָסט פֿאַרשריבן.
25.9.2014
צו דײַן געבורטסטאָג
מיר זײַנען די ערשטע
און זײַנען די לעצטע,
מיר זײַנען פֿאַרהײלטע
און זײַנען פֿאַרלעצטע
מיר זײַנען חכמים
און זײַנען נאַראָנים,
קוים װאָס געדענקען
דעם אייגענעם פּנים.
מיר זײַנען פֿאַרצײַטיק
און זײַנען הײַנטצײַטיק,
מיר קענען פֿאַרבײַטן
דעם שמײכל אויף „אוי‟,
אין ליכטיקע פֿאַרבן
באַלײַכטן דעם גרוי.
מיר דינען דעם אַלף־בית
מער װי פֿאַרשקלאַפֿט
און היטן אים אָפּ
מיט ליבשאַפֿט און קראַפֿט.
22.10.2015
פֿאַר אָפּהיטן פֿאַרגאַנגענע
לעבנס אין זכּרון
באַגלייט אַ ליד דעם נאָמען
פֿון אַ מענטש
גײט אויף אַ נאָענטקײט
פֿון דער װײַטן —
און װילסט ניט בלויז אַ טרער
פֿאַרנעפּלען זאָל
אַכזריותדיקע צײַטן.
מיט ליד
מיט ביקס
אין שװערקייט ניט באַשװערט —
באַגלײט אַ ליד דעם נאָמען
פֿון אַ מענטש
אַנשטאָט אַ טרער.
אַזוי פֿיל לעבנס ליכטיקע צעשטראַלטע,
צי האָט דאָס ייִדיש האַרץ אין זײ
אויך אונדזער טרוים באַהאַלטן?
30.5.2002
דערפֿירט האָבן װעגן צום גענשער בית־עולם.
צי האָט זיך אַ װעג דאָרט פֿאַרענדיקט?
בײַ פּרצעס אוהל, װוּ אַלע אין אײנעם
אַנטהילן פֿאַר מיר אַ לעגענדע.
אַריבער די קבֿרים קוקט באָנטשע פֿאַרװוּנדערט,
ס’פֿאַרדריסט אים דאָס פּײַנלעכע שװײַגן,
ער האָט עס געלערנט אַ גאַנצן יאָרהונדערט
איצט זעט ער צעבראָכענע צװײַגן.
װער װעט אים דערהײבן, װער װעט אים דערפֿירן
צו ערדישע, װאַרעמע זונען,
עס זאָלן די בלעטער די גרינע ניט פֿרירן
מיט אײַזיקע נאָדלען פֿאַרשפּונען.
נידערן טיפֿער די אַקסלען די מידע,
באַלאָדן מיט קבֿרים און קבֿרים —
און זאָלן ניט בלײַבן אין מיר מײַנע לידער
פֿאַרשװיגן, הכנעהדיק אָרעם.
איך װיל אָט די שטײנער, געדולדיקע שטײנער,
באַפֿליגלען מיט פֿונקען און ניגונס,
אַז זײ זאָלן העכער, און אויב ניט נאָך העכער
אַ פֿלי טאָן פֿון אַלע פֿאַרשװיגנס.
(פֿון „בלעטער פֿון װעגן‟, 1967)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.