(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פֿאַר וואָס ניט? זיי פֿאַרשטייען אַ טאָלק אין עסן. נייען און מאַכן שיך קענען זיי אויך זייער גוט. אויטאָס אַרבעטן זיי אויס גאָר ניט קיין שלעכטע (דער „פֿיִאַט‟ האָט אַפֿילו אַרײַנגעשלונגען דעם „קרײַסלער‟). די נאַטור, די לאַנדשאַפֿטן, די אַרכיטעקטור האָבן זיי אַזעלכע, אַז מע פֿאָרט צו זיי פֿון אַלע עקן וועלט; און ווי מענטשן געפֿעלן זיי מיר אויך. דערצו האָט מײַן טאַטע תּמיד געטענהט, אַז ער איז פֿאַרבליבן לעבן אין די ערשטע, שווערסטע חדשים פֿון דער מלחמה, ווײַל ניט די דײַטשן, נאָר די איטאַליענער זײַנען געווען אין די קעגנערישע טראַנשעעס.
אַזוי צי אַזוי, אָבער ווען עס דערנענטערט זיך דער סוף פֿונעם יאָר, לאָזן מיר זיך אין וועג אַרײַן — אין דעם זעלבן האָטעל, וואָס געפֿינט זיך אין אַ שטעטל לעבן פּאַדוע, וווּ, אַגבֿ, (אין פּאַדוע, ניט אין דעם שטעטל) האָבן זיך אין משך פֿון יאָרהונדערטער אָפּגעשפּילט ניט ווייניק געשעענישן אין דער ייִדישער געשיכטע און נאָך הײַנט איז דאָס אַ קהילה פֿון בערך 170 נפֿשות.
מיר זײַנען גאָר ניט די איינציקע, וואָס זײַנען פֿאַרליבט געוואָרן אין דעם דאָזיקן אָרט. יאָר־אײַן יאָר־אויס זעען מיר אַ סך מענטשן — איטאַליענער, דײַטשן, פֿראַנצויזן און רוסן, וואָס זײַנען געווען אויך מיט אַ יאָר פֿריִער, און מיט צוויי יאָר צוריק… אַ גרופּע מאָסקווער דאָקטוירים און אַדוואָקאַטן קומען אַהין שוין צוועלף יאָר נאָכאַנאַנד.
אין דער אמתן, זײַנען מיר געווען זיכער, אַז הײַיאָר וועט די צאָל רוסן פֿאַלן זייער דראַמאַטיש. דער רובל איז דאָך געוואָרן צוויי מאָל ביליקער, אויב מע בײַט אים אויס אויף לײַטישע ממתּקים. אָבער — פּאַראַדאָקסאַל — איז זייער צאָל אַפֿילו געוואַקסן. דער האָטעל האָט דערווײַל גענומען אויף דער אַרבעט עטלעכע רוסיש־רעדנדיקע קעלנערס און אויפֿנעמערס. דאָס זײַנען, ווי איך האָב פֿאַרשטאַנען, מאָלדאָוואַנער, וואָס האָבן רומענישע פּעסער און דערפֿאַר קענען זיי אַרבעטן אין מערבֿ־אייראָפּע. מיר האָבן, פֿאַרשטייט זיך, ניט געפֿרעגט די רוסישע טוריסטן, פֿון וואַנען זיי נעמען געלט אויף אַזאַ לוקסוס. אַ סבֿרא, אַז זיי געהערן צו אַזעלכע שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט, וועלכע שרעקן זיך ניט פֿאַר די פּרײַזן.
איך האָב פֿריִער ניט געקענט פֿאַרשטיין די מענטשן, וואָס פֿאַרברענגען זייערע וואַקאַציעס אין דעם זעלבן אָרט, בפֿרט אין אַן אָרט, וואָס האָט ניט פֿאַר אָט די מענטשן קיין דירעקטן קולטורעלן שײַכות. איצט פֿאַרשטיי איך עס. צוריק גערעדט, איז עס אפֿשר אַ סימן פֿון עלטער? קיין יונגע לײַט זעט מען אין דעם האָטעל כּמעט ניט, סײַדן זיי זעען אויס ווי אַ נאָר וואָס חתונה געהאַטע פּאָרפֿאָלק, וואָס קושן זיך און האַלדזן זיך די גאַנצע צײַט. אַזוי צי אַזוי, נאָר אין אַ יאָר אַרום וועלן מיר, אם־ירצה־השם, ווידער זיך לאָזן אין וועג אַרײַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.