אַ מאָל, אַ מאָל איז סיינט־לויִס געווען אַ וועלטשטאָט. צום סוף 19טן יאָרהונדערט איז עס געווען די פֿערט־גרעסטע שטאָט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן (נאָך ניו־יאָרק, שיקאַגע און פֿילאַדעלפֿיע); און אין 1904 איז דאָרט פֿאָרגעקומען די באַרימטע „וועלט־אויסשטעלונג‟, וואָס האָט צוגעצויגן כּמעט צוואַנציק מיליאָן באַזוכער.
סיינט־לויִס האָט מען גערופֿן דעם „טויער צום מערבֿ‟, ווײַל פֿון דאָרטן פֿלעגן די פּיאָנערן פֿאָרן ווײַטער איבערן טײַך מיסיסיפּי קיין מערבֿ — אַרײַן אין די ריזיקע טעריטאָריעס, וואָס אַמעריקע האָט געקויפֿט בײַ פֿראַנקרײַך אין 1803 (פֿאַר בלויז $15 מיליאָן!) און פֿאַרכאַפּט פֿון מעקסיקע אין 1848 (נאָך ביליקער!).
אָבער די לעצטע הונדערט יאָר זײַנען ניט געווען קיין פֿויגלדיקע פֿאַר סיינט־לויִס און די שטאָט לעבט איבער אַ היפּשע ירידה, צוליב אַ סך פֿאַרשיידענע סיבות. הײַנט איז סיינט־לויִס ניט די פֿערט־גרעסטע, נאָר די זעכציקסט־גרעסטע (60) שטאָט, מיט אַן ערך 300,000 אײַנוווינער. אין דער זעלבער צײַט ווערט עס פֿאַררעכנט פֿאַר דער צווייט־געפֿערלעכסטער שטאָט (גלײַך נאָך דעטרויט), וווּ מע האָט די סאַמע בעסטע שאַנסן אין גאַנץ אַמעריקע צו ווערן דערמאָרדעט — כּמעט 25 מאָל „בעסער‟ ווי אין ניו־יאָרק.
ווי אַ ניו־יאָרקער שטאָט־פּאַטריאָט, בין איך ניט אין גאַנצן אומצופֿרידן מיט דער דאָזיקער סטאַטיסטיק. אָבער ווי אַ רעגולערער גאַסט אין סיינט־לויִס — שוין דרײַסיק יאָר כּסדר באַזוך איך מײַן טאַטן דאָרט יעדן ווינטער — קען איך זיך אויך ניט צו פֿיל גרייסן דערמיט. איצט האָט דער אייבערשטער באַשטראָפֿט סיינט־לויִס מיט נאָך צוויי מכּות: ערשטנס, האָבן אין 2014 זיך אָנגעהויבן די אומרוען און פּראָטעסטן אין פֿערגוסאָן, אַ שוואַרצע געגנט הינטער דער שטאָט, נאָך דעם ווי אַ פּאָליציאַנט האָט דערשאָסן מײַקל בראַון, אַ יונגן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער. פֿון דעם — און פֿון נאָך אינצידענטן אַזעלכע — איז אויסגעוואַקסן די נאַציאָנאַלע באַוועגונג Black Lives Matter (אַ שוואַרץ לעבן איז אויך חשובֿ), וואָס פֿירט דורך אַ סך פּראָטעסטן איבערן גאַנצן לאַנד און איז געוואָרן אַ הייסע פּאָליטישע טעמע.
צווייטנס, האָט דער מיסיסיפּי מיט די אַנדערע טײַכן פֿונעם ראַיאָן אין די לעצטע עטלעכע וואָכן פֿאַרפֿלייצט גאַנצע שטעט און וויכטיקע שאָסייען, אַזוי אַז מע האָט אין אַ סך ערטער ניט געקענט אַרויספֿאָרן. איבער צוואַנציק מענטשן זײַנען אומגעקומען — די גרעסטע נאַטור־קאַטאַסטראָפֿע דאָרט זינט דער פֿריִערדיקער פֿאַרפֿלייצונג מיט איבער צוואַנציק יאָר צוריק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.