דער אַקאַדעמישער מוזיי אין טאָרון פֿאַרבעט דעם עולם צו אַ נײַער אויסשטעלונג: „דאָס שטעטל־לעבן אין דער ייִדישער קונסט איבער דער וועלט אין 20סטן יאָרהונדערט‟. די אַקאַדעמיקער זענען דאָס רובֿ שוואַכע שרײַבער, און אפֿשר צוליב דעם האָבן די טאָרונער חבֿרה אויסגעטראַכט אַזאַ לאַנגן טיטל, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.
לאָמיר בעסער געבן צו פֿאַרשטיין, וואָס איז דער ציל פֿון דער אויסשטעלונג. זי האָט בדעה צו ווײַזן דעם עולם די שאַפֿונג פֿון ייִדישע קינסטלער, געבוירן אין די שטעטלעך פֿון דער טאָרונער געגנט. דער צווייטער דור, דאָס הייסט, קינדער פֿון טאַטע־מאַמעס, וואָס שטאַמען פֿון די דאָרטיקע שטעטלעך, זענען אויך רעפּרעזענטירט אויף דער אויסשטעלונג.
די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער אויסשטעלונג זאָגן מיט רעכט, אַז די ייִדישע קולטור אין מיזרח־אייראָפּע בכלל און פּוילן בפֿרט איז אין אַ גרויסער מאָס אַ שטעטל־קולטור.
די אויסשטעלונג איז צעטיילט טעמאַטיש. זי פֿאַרנעמט זיך מיט די פֿאָלגנדיקע קאַטעגאָריעס: ייִדישע טראַדיציע, די ייִדישע אמונה, דאָס ייִדישע משפּחה־לעבן און די ייִדישע גאַס.
צווישן די מאָלערס און סקולפּטאָרן, וואָס זייערע ווערק קען מען זען אויף דער אויסשטעלונג, געפֿינען מיר אַבעל פּאַן, יוזעף בודקאָ, רפֿאל כוואָלעס, מאַרק שאַגאַל, משהלע בערנשטײַן, אָדם מושקאָ און אַנדערע.
„איציק מאַנגער, זײַן לעבן און שאַפֿן, סימבאָליזירן די מעטעפֿאָרישע אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור אין פּוילן פֿאַרן חורבן‟ — שרײַבט די ליטעראַטור־פֿאָרשערין אפֿרת גל־עד (עפֿראַט גאַל־עד). מאַנגער רעפּרעזענטירט נאָך בעסער ווי אַנדערע דיכטערס די רײַכקייט פֿון דער ייִדישער קולטור צווישן ביידע וועלט־מלחמות. אַן אָפּשטאַמלינג פֿון רומענישע און גאַליצישע וואָרצלען, האָט ער געשאַפֿן זײַנע גרעסטע ווערק אין וואַרשע, דער גרעסטער ייִדישער אַנקלאַוו אויפֿן אייראָפּעיִשן קאָנטינענט. „אין וואַרשע, — שרײַבט אפֿרת גל־עד, — האָט מען געקאָנט לעבן אַ פֿול ייִדיש לעבן, שאַפֿן ייִדישע ליטעראַטור און פּאָעזיע אין אַ וועלטלעכער, אָבער פֿאָרט טיף ייִדישער סבֿיבֿה.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.