(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַל־מוקאַמיס, באַקאַנט בײַ ייִדן ווי דוד הבבֿלי, האָט געלעבט אין פּערסיע אינעם 9טן יאָרהונדערט. אין זײַן ביאָגראַפֿיע שפּילגט זיך אָפּ די שטורמישע גײַסטיקע זוכענישן און וואַקלענישן פֿון זײַן תּקופֿה, ווען בײַ ייִדן האָט זיך צעבליט די אַנטי־תּלמודישע באַוועגונג פֿון די קראָיִם. קירקיסאַני, אַ באַקאַנטער קראָיִשער מחבר, דערציילט, אַז אין אַ געוויסן מאָמענט האָט אַל־מוקאַמיס זיך געשמדט און געוואָרן אַ קריסט אונטער דער השפּעה פֿון אַ געוויסן באַרימטן קריסטלעכן פֿילאָסאָף־מיסיאָנער.
שפּעטער, האָט אַל־מוקאַמיס תּשובֿה געטאָן, זיך פֿאַרנומען מיט פּאָלעמישער טעטיקייט קעגן דער קריסטלעכער אמונה און געוואָרן באַקאַנט ווי אַ געטרײַער פֿאַרטיידיקער פֿון ייִדישקייט. דער שפּאַנישער רבֿ און מקובל יהודה ברזילי (באַרזילײַ) ציטירט אַ לשון־קודשדיקע איבערזעצונג פֿון אַל־מאַקאַמיסעס ווערק און באַטאָנט אין זײַן פּירוש אויפֿן „ספֿר־יצירה‟, אַז סעדיע גאָון, איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע פֿילאָסאָפֿן פֿונעם 9טן־10טן יאָרהונדערט, האָט פּערזענלעך געקענט אַל־מאַקאַמיס און געשעפּט בײַ אים פֿאַרשיידענע אידעען פֿאַר זײַנע אייגענע ווערק. אַ טייל היסטאָריקער גלייבן נישט, אַז אַל־מאַקאַמיס איז אַמאָל געווען אַ קריסט און מיינען, אַז ער האָט זיך בלויז געחבֿרט כּסדר מיט די קריסטן.
אַזוי צי אַזוי, ווערן זײַנע ווערק ציטירט אין „חובֿות־הלבֿבֿות‟ און אַנדערע באַקאַנטע ייִדישע ספֿרים. במשך פֿון אַ סך דורות זענען זיי אָבער פֿאַרגעסן געוואָרן ביזן יאָר 1898, ווען אַבֿרהם הרכּבֿי, דער באַקאַנטער רוסלענדישער קענער פֿון מיזרחדיקע שפּראַכן און טעקסטן, האָט אַנטדעקט ס׳רובֿ פּרקים פֿון די אָריגינעלע 20 אין דער פּעטערבורגער צאַרישער ביבליאָטעק. אַ טייל פֿונעם ווערק איז אָבער, צום באַדויערן, פֿאַרלוירן געוואָרן.
אַל־מוקאַמיס ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי דער אורפֿאָטער פֿון דער מיטל־עלטערלעכער ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע. אין פֿאַרגלײַך מיט סעדיה גאָונס „אמונת ודעות‟, זענען אָבער זײַנע „20 פּרקים‟ נישט געוואָרן וועלט־באַרימט אין דער ייִדישער וועלט, הגם אין ביידע ספֿרים טרעפֿן זיך אַ סך נאָענטע פּאַראַלעלן. וואָס שייך דער שפּראַך, שטעלט מיט זיך דאָס ווערק פֿאָר אַ דענקמאָל דער פֿריִיִקער ייִדישער פֿאָרעם פֿון אַראַביש. דער ספֿר איז אויך אינטערעסאַנט ווי די ערשטע „סומע‟ פֿון טעאָלאָגישע דעות, אָנגעשריבן אויף דער אַראַבישער שפּראַך נאָך פֿאַר ענלעכע טעקסטן בײַ די מוסולמענער; די הויפּט־טעמעס אין יעדן פֿון די „20 פּרקים‟ דערמאָנען דעם רמב״מס 13 עיקרי־אמונה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.