לעצטנס, האָב איך געהאַלטן אַ רעפֿעראַט בײַם פֿעסטיוואַל „ייִדיש־ניו־יאָרק‟ וועגן דער געשיכטע פֿונעם „פֿאָרווערטס‟. חנה פּאָלאַק, די אַרכיוואַרין בײַ אונדז אין רעדאַקציע, האָט מיר אַ סך געהאָלפֿן מיטן געפֿינען מאַטעריאַלן צו ווײַזן בעת מײַן פּרעזענטאַציע. צווישן פֿאַרשידענע פֿילמען, בילדער און אַלטע אַרטיקלען האָט זי מיר צוגעטיילט אַן אוניקאַלן אינטערוויו מיט גאָלדע מאיר אויף ייִדיש, וואָס דער זשורנאַליסט שלמה בן־ישׂראל האָט געמאַכט פֿאַר זײַן ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף WEVD אַרום 1971.
די רעקאָרדירונג האָט געמאַכט אַן אַלטער ייִד, וואָס האָט אויפֿגענומען די פּראָגראַמען דירעקט פֿונעם ראַדיאָ מיט אַ רעקאָרדיר־מאַשין. זײַנע טאַשמעס האָבן זײַנע קינדער געשאָנקען דעם „ייִוואָ‟, וווּ זיי געפֿינען זיך נאָך אַלץ. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט חנה זיך דערוווּסט פֿון שלמה בן־ישׂראלס טעקע אין אונדזער אַרכיוו, אַז דער באַקאַנטער זשורנאַליסט האָט אינטערוויויִרט די פּרעמיערין פֿון מדינת־ישׂראל אויפֿן ראַדיאָ. נאָכן נאָכפֿרעגן זיך בײַם „ייִוואָ‟ האָט איינער פֿון די אָרטיקע קלאַנג־אַרכיוויסטן, מעט „מאָטל‟ טעמקין געפֿונען די רעקאָרדירונג און זי דיגיטאַליזירט.
דער אינטערוויו, בסך־הכּל 26 מינוט, אַנטפּלעקט מאירס מיינונגען וועגן אַ ריי הייסע וויכּוחים אין דער ייִדישער וועלט, וואָס זענען נאָך אַלץ אַקטועל, און אַפֿילו געוויסע, וואָס זענען הײַנט מער קריטיש, ווי זיי זענען געווען אין מאירס צײַט. מאירס קול איז דאָס זעלביקע, וואָס איז באַקאַנט פֿון די פֿילמען אויף העברעיִש און ענגליש, נאָר עס דאַכט זיך, אַז איר קול איז עטוואָס ווייכער אויף מאַמע־לשון. בדרך־כּלל, קלינגט זי אין גאַנצן היימיש, ווי איינע וואָס רעדט מיט אַן אַלטן פֿרײַנד וועגן קלייניקייטן, און ניט ווי אַ פּרעמיערין, וואָס ענטפֿערט אויף האַרבע קשיות פֿון אַן אַגרעסיוון זשורנאַליסט. אין דער זעלביקער צײַט, אָבער, באַמערקט מען די פֿעסטקייט, די זעלבסט־זיכערקייט און אינטעליגענץ, מיט וועלכער זי איז געווען אַזוי באַקאַנט. כאָטש עס קען זײַן, אַז איר ייִדיש איז דעמאָלט געווען אַ ביסל פֿאַרזשאַווערט, באַמערקט מען אין גאַנצן ניט קיין שפּראַכלעכע שוועריקייטן אינעם אינטערוויו. זי רעדט גאַנץ קלאָר, כּמעט אומעמאָציאָנעל אָבער גאַנץ פֿרײַנדלעך אויף אַ געבילדעטן ליטווישן ייִדיש.
בן־ישׂראל הייבט דעם שמועס אָן מיט אַ פֿראַגע, וואָס קיין פֿאָרשטייער פֿון אַ ייִדישער צײַטונג וואָלט בשום־אופֿן ניט געקאָנט הײַנט שטעלן בנימין נתניהו: „גבֿרת מאיר… די ייִדישע וועלט איז זייער באַזאָרגט וועגן אַ צאָל דערשײַנונגען פֿון צעריסנקייט אין ישׂראל־לעבן. און אין געזעלשאַפֿטלעכן לעבן פֿילט זיך לעצטנס אַ, וואָלט איך געזאָגט, אַ סאָרט ’מעקאַרטי־שטימונג‘ דאָ אין לאַנד. אַ לינטש־אַטמאָספֿער. וואָס קענט איר אונדז זאָגן וועגן דעם?‟
איידער מיר גייען אַריבער צו מאירס ענטפֿער אויף דער דאָזיקער, גאָר שאַרפֿער פֿראַגע, איז כּדאַי צו דערמאָנען דעם היסטאָרישן קאָנטעקסט. גאָלדע מאיר איז געקומען צו דער מאַכט אין 1969, נאָכן ריזיקן נצחון פֿון מדינת־ישׂראל קעגן אַ ריי אַראַבישע לענדער אין דער „זעקס־טאָגיקער מלחמה‟ אין יוני 1967. מיטן נצחון האָט ישׂראל פֿאַרכאַפּט די אַלטע שטאָט פֿון ירושלים, דעם מערבֿ־ברעג, די „הייכן אינעם גולן‟ און אַ טייל פֿון סיני. נאָך דעם וואָס די רירנדיקע בילדער פֿון ייִדן, וואָס דאַווענען בײַם כּותל־מערבֿי, זענען טראַנסמיטירט געוואָרן איבער דער וועלט, איז אויפֿגעקומען אין ישׂראל, ווי אויך אַרום דער גאַנצער ייִדישער וועלט, אַ ריזיק נאַציאָנאַליסטיש געפֿיל. אין דער זעלביקער צײַט, האָט אַ קליינע צאָל ישׂראלים אָנגעהויבן צו וואָרענען וועגן די געפֿאַרן פֿון דער אָנגייענדיקער אָקופּאַציע איבער די יאָרדאַנישע, עגיפּטישע, און סירישע טעריטאָריעס, און ס׳רובֿ ישׂראלים האָבן זייער שטאַרק אָפּגעוואָרפֿן אָט די טענות.
עס דאַכט זיך מיר, אַז ווען בן־ישׂראל האָט געפֿרעגט מאירן וועגן אַ „מעקאַרטי־שטימונג‟ און אַ „לינטש־אַטמאָספֿער‟, האָט ער דווקא אין זינען געהאַט די רעאַקציעס פֿון ס׳רובֿ ישׂראלים אויף די טענות פֿון די לינקע קרײַזן (עס קען זײַן, אַז מײַן אײַנדרוק איז ניט קיין ריכטיקער). מאיר, אָבער, מײַדט אויס יענע קאָנפֿליקטן און אויף אַ קלוגן אופֿן טײַטשט זי אויס די פֿראַגע, אַזוי ווי בן־ישׂראל וואָלט איר געהאַט געפֿרעגט וועגן די סיכסוכים צווישן די פֿרומע און פֿרײַע ייִדן. זי דערקלערט ווײַטער, אַז כאָטש „מע דאַרף זאָרגן דערפֿאַר, וואָס רעליגיעזע ייִדן זאָלן האָבן אַלץ, וואָס זיי נייטיקן זיך, כּדי זיי זאָלן לעבן אַזוי ווי זיי ווילן‟, האָט זי איבערגעגעבן אירע זאָרגן וועגן די פֿאָדערונגען פֿון די רעליגיעזע ייִדן צו דער ייִדישער מלוכה. „די צרות הייבן זיך אָן, ווען עס פֿאַנגט אַ טייל פֿון די רעליגיעזע ייִדן, וועלכע ווילן צווינגען אַלעמען אין לאַנד צו לעבן אַזוי ווי זיי‟. זי דערקלערט ווײַטער, אַז „מדינת־ישׂראל איז ניט אַ מדינה, וואָס איז געבויט אויף הלכה. ס׳איז געבויט אויף געזעצן. און מיר טוען וואָס מיר קענען מיט דעם, אַז מיר זאָלן קענען לעבן צוזאַמען… עס זענען דאָ צוויי טיילן דאָ אין ישׂראל, און זיי דאַרפֿן לעבן צוזאַמען‟.
בן־ישׂראל און מאיר רעדן דערנאָך אַרום אַ ריי קאָנפֿליקטן, וואָס האָבן עקזיסטירט צווישן די פֿרומע ייִדן און דער ישׂראלדיקער רעגירונג. ערשטנס, דערמאָנט ער דעם סיכסוך איבער פּאַלמעסן מתים. מאיר דערקלערט, אַז מע פֿירט דורך אַ פּאַלמעס בלויז אויב די דאָקטוירים האַלטן, אַז ס׳איז נייטיק; אַז אָן פּאַלמעסן די מתים קען מען ניט געהעריק טרענירן די דאָקטוירים. מאיר רעאַגירט אויף די פּראָטעסטן מצד די אַמעריקאַנער חרדים צו פּאַלמעסן מתים, זאָגנדיק: „ס׳איז אַבסורד, וואָס ייִדן, וואָס היטן אָפּ אַלע מיצוות און זיצן דאָרט אין אַמעריקע, און פֿירן דורך אַ פּראָפּאָגאַנדע קעגן ישׂראל, וואָס אין געוויסע פֿעלער.. קענען אונדזערע שׂונאים ניט קאָנקורירן מיט זיי‟.
וועגן דעם סיכסוך איבערן אַרײַננעמען פֿרומע פֿרויען אין מיליטער, האָט מאיר דערקלערט, אַז די טענה, פֿאַר וואָס פֿרומע מיידלעך ווערן געצוווּנגען צו דינען אין אַרמיי קעגן זייערע רעליגיעזע און מאָראַלישע פּרינציפּן, און קענען ניט געהעריק האַלטן קיין צניעות, איז „קודם־כּל אַ ליגן און אַ בילבול. זיי צווינגט מען ניט צו גיין אין אַרמיי. צווייטנס, איז דאָס אַ מיאוסער בילבול קעגן די מיידלעך, וועלכע גייען אין אַרמיי‟. מאיר דערמאָנט, אַז עס זענען פֿאַראַן אַ סך רעליגיעזע מיידלעך, וואָס דינען יאָ אין צה׳׳ל און אַז די, וועלכע דינען ניט, קענען דינען דער מדינה דורכן אַרבעטן אין שפּיטאָלן און רעליגיעזע שולן. מאיר דערקלערט, אַז אויב אַ פֿרום מיידל וויל בשום־אופֿן גאָרניט ניט טאָן, וועט מען זי סוף־כּל־סוף, באַפֿרײַען פֿון דער נאַציאָנאַלער דינסט בכלל.
אין איינעם פֿון די זעלטענע מאָמענטן במשך פֿונעם אינטערוויו, אין וועלכן מאיר קלינגט עמאָציאָנעל, דערציילט זי בן־ישׂראלן וועגן אַ דעמאָנסטראַציע קעגן דעם אַרײַננעמען פֿרויען אין מיליטער, וואָס זי האָט געזען אין ניו־יאָרק. „דעם געשריי, וואָס איך האָב איצט אַליין געזען אין ניו־יאָרק, איז ניט נאָר אַפֿילו אַ חילול־מדינת־ישׂראל, דאָס איז אַ חילול־השם. ווען מע שטייט אַזוי אין די גאַסן אין ניו־יאָרק און מע וואַרפֿט אַזעלכע שקרים קעגן ישׂראל. און דאָס טוען בחורים און מיידלעך, וואָס זיצן גאַנץ רויִק אין וויליאַמסבורג. אויף דער מלחמה גייען זיי ניט. דאָס לעבן שטעלן זיי ניט אײַן… און זיי שרײַען קעגן מדינת־ישׂראל‟.
אַ ביסל שפּעטער אינעם אינטערוויו פֿרעגט בן־ישׂראל וועגן די באַציִונגען צווישן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און מדינת־ישׂראל. מאיר דערקלערט, אַז זי פֿאַרשטייט ניט, פֿאַר וואָס די רוסן האָבן לעצטנס באַשלאָסן צו דערלאָזן, אַז מער ייִדן זאָלן קענען פֿאַרלאָזן רוסלאַנד. „די געזעצן פֿון לאָגיק אַרט ניט דער רוסישער רעגירונג‟, זאָגט די פּרעמערין. מאיר דערקלערט ווײַטער, אַז דער טריט איז מסתּמא אַ רעזולטאַט פֿון צוויי פֿאַקטאָרן: „ערשטנס, דער אויסערגעוויינטלעכער העראָיִזם, מיט וועלכן די רוסישע ייִדן פֿאָדערן זייער עליה‟ און „צווייטנס, דער אָפּקלאַנג, וואָס דאָס האָט געהאַט אין דער וועלט, קודם־כּל, צווישן ייִדן אין דער וועלט אָבער ניט נאָר ייִדן… אַפֿילו אַזאַ רעגירונג ווי די סאָוועטישע רעגירונג, ווען זי געפֿינט זיך אין אַזאַ סיטואַציע… מוז נאָכגעבן‟.
נאָכן באַטאָנען, אַז ישׂראל קען אויפֿנעמען נאָך הונדערטער טויזנטער נײַע עולים פֿון רוסלאַנד און וועט קיינמאָל ניט פֿאַרמאַכן אירע טירן פֿאַר ייִדן, וואָס ווילן קומען, האָט זי איבערגעגעבן איר מיינונג וועגן דער ראָלע פֿון מדינת־ישׂראל אין דער ייִדישער וועלט. „איך גלייב, אַז מדינת־ישׂראל מוז זיך זען, אַז זי איז פֿאַראַנטוואָרטלעך צו אַ גרויסן מאַשטאַב פֿאַרן קיום פֿון די ייִדן אויף דער וועלט, פֿאַר זייער קולטורעלן קיום, זייער צוגעבונדנקייט צום ייִדישן פֿאָלק, ניט נאָר צו דער ייִדישער מדינה‟. מאיר באַדויערט דעם פֿאַקט, וואָס ישׂראל דאַרף שטענדיק בלײַבן אויף דער וואַך קעגן אירע אויסלענדישע שׂונאים, ווײַל זי וואָלט בעסער געוואָלט, אַז די יונגע ישׂראלים זאָלן אַרויסגעשיקט ווערן צו „יעדן ייִדישן ייִשובֿ צו לערנען עבֿרית, ייִדישקייט, און אַז מע זאָל זײַן צווישן ייִדן‟, אַנשטאָט צו דינען אין אַרמיי. זי דערקלערט ווײַטער, אַז מע דאַרף פֿאַרגרעסערן „די ייִדישע דערציִונג אין די גלות־לענדער‟, און אַז מדינת־ישׂראל זאָל אונטערשטיצן די ייִדישע טאָג־שולן אין אויסלאַנד.
עס זענען שוין אַריבער 45 יאָר זינט שלמה בן־ישׂראל און גאָלדע מאיר האָבן געשמועסט און אַ סך האָט זיך געביטן במשך פֿון די פֿיר יאָרצענדליקער. טראַכטנדיק וועגן דעם אינטערוויו אין ליכט פֿון די הײַנטיקע געשעענישן, איז עס ממש אַ וווּנדער ווי אַקטועל עס בלײַבן אַ סך פֿון די ענינים, וואָס זיי האָבן אַרומגערעדט.
ס׳איז כּמעט איבעריק צו דערמאָנען, אַז די קאָנפֿליקטן צווישן פֿרומע און פֿרײַע אינעם ייִדישן לאַנד האָבן זיך אַ סך פֿאַרערגערט זינט דער צײַט פֿון גאָלדע מאיר.
פֿאַראַכטאָגן האָבן, למשל, הונדערטער חרדים געמאַכט אַ מהומה אין ירושלים, מחמת מע האָט דורכגעפֿירט אַ פּאַלמעס איבער אַ ייִדיש עופֿעלע. דאָס אַרײַננעמען די חרדים אין מיליטער, וואָס אין מאירס צײַט איז געווען באמת אַ זײַטיקער קאָנפֿליקט, איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ וויכּוח, וואָס קען צערײַסן די רעגירונגס־קאָאַליציע און אַרויסברענגען הונדערטער טויזנטער מענטשן אויף די גאַסן צו פּראָטעסטירן קעגן דעם אַזוי־גערופֿענעם „גיוס־השמד‟. די כּסדר־וואַקסנדיקע ראָלע פֿון מדינת־ישׂראל אין שאַפֿן די אידענטיטעט פֿון די ייִדן אין די תּפֿוצות ווערט נאָך אַלץ גאָר אַ שווערע קשיא מיט פֿאַרשידענע מעלות און חסרונות.
כאָטש דער קאָנטעקסט איז גאַנץ אַנדערש, איז בן־ישׂראלס באַמערקונג וועגן אַ „מעקאַרטי־שטימונג‟ און אַ „לינטש־אַטמאָספֿער‟ אין מדינת־ישׂראל, ליידער, גאַנץ אַקטועל אין אַ צײַט, אין וועלכער די ישׂראלדיקע רעגירונג פּרובירט צו שאַפֿן געזעצן אָפּצושוואַכן אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס ווי „בצלם‟, דער „נײַער ישׂראל־פֿאָנד‟ און „שובֿרים שתּיקה‟ און די אולטראַ־נאַציאָנאַליסטישע גרופּעס אַזוי ווי „אם תּרצו‟ לאָזן אַרויס רעקלאַמעס קעגן די „פֿאַררעטער‟, וואָס פֿירן אָן מיט זיי.
קענענדיק, ווי עס זעט אויס, די הײַנטיקע וועלט, אין וועלכער דער סאַמע־וויכטיקסטער ענין וואָס שייך ישׂראלס צוקונפֿט איז דער קאָנפֿליקט מיט די פּאַלעסטינער בכלל און די כּמעט פֿופֿציק־יאָריקע אָקופּאַציע איבערן מערבֿ־ברעג בפֿרט, איז עס גאַנץ טשיקאַווע פֿאַרן הײַנטיקן צוהערער, וואָס בן־ישׂראל האָט דווקא ניט געפֿרעגט קיין פֿראַגע וועגן דעם ענין. אין די יאָרן פֿאַר דער „יום־כּיפּור־מלחמה‟, אָבער, האָבן כּמעט אַלע געמייענט, אַז מע וועט, סוף־כּל־סוף, דערלייזן די סיטואַציע דורך שלום־פֿאַרהאַנדלונגען מיט די אַראַבישע לענדער. ווי מיר ווייסן שוין, האָט די געשיכטע זיך אַנטוויקלט אויף גאָר אַן אַנדער אופֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.