אַ פֿאַרגעסענער אינטערוויו מיט גאָלדע מאיר — אויף ייִדיש

A Forgotten Interview with Golda Meir — in Yiddish

גאָלדע מאיר
Getty Images
גאָלדע מאיר

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published January 14, 2016, issue of February 05, 2016.

לעצטנס, האָב איך געהאַלטן אַ רעפֿעראַט בײַם פֿעסטיוואַל „ייִדיש־ניו־יאָרק‟ וועגן דער געשיכטע פֿונעם „פֿאָרווערטס‟. חנה פּאָלאַק, די אַרכיוואַרין בײַ אונדז אין רעדאַקציע, האָט מיר אַ סך געהאָלפֿן מיטן געפֿינען מאַטעריאַלן צו ווײַזן בעת מײַן פּרעזענטאַציע. צווישן פֿאַרשידענע פֿילמען, בילדער און אַלטע אַרטיקלען האָט זי מיר צוגעטיילט אַן אוניקאַלן אינטערוויו מיט גאָלדע מאיר אויף ייִדיש, וואָס דער זשורנאַליסט שלמה בן־ישׂראל האָט געמאַכט פֿאַר זײַן ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף WEVD אַרום 1971.

די רעקאָרדירונג האָט געמאַכט אַן אַלטער ייִד, וואָס האָט אויפֿגענומען די פּראָגראַמען דירעקט פֿונעם ראַדיאָ מיט אַ רעקאָרדיר־מאַשין. זײַנע טאַשמעס האָבן זײַנע קינדער געשאָנקען דעם „ייִוואָ‟, וווּ זיי געפֿינען זיך נאָך אַלץ. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט חנה זיך דערוווּסט פֿון שלמה בן־ישׂראלס טעקע אין אונדזער אַרכיוו, אַז דער באַקאַנטער זשורנאַליסט האָט אינטערוויויִרט די פּרעמיערין פֿון מדינת־ישׂראל אויפֿן ראַדיאָ. נאָכן נאָכפֿרעגן זיך בײַם „ייִוואָ‟ האָט איינער פֿון די אָרטיקע קלאַנג־אַרכיוויסטן, מעט „מאָטל‟ טעמקין געפֿונען די רעקאָרדירונג און זי דיגיטאַליזירט.

דער אינטערוויו, בסך־הכּל 26 מינוט, אַנטפּלעקט מאירס מיינונגען וועגן אַ ריי הייסע וויכּוחים אין דער ייִדישער וועלט, וואָס זענען נאָך אַלץ אַקטועל, און אַפֿילו געוויסע, וואָס זענען הײַנט מער קריטיש, ווי זיי זענען געווען אין מאירס צײַט. מאירס קול איז דאָס זעלביקע, וואָס איז באַקאַנט פֿון די פֿילמען אויף העברעיִש און ענגליש, נאָר עס דאַכט זיך, אַז איר קול איז עטוואָס ווייכער אויף מאַמע־לשון. בדרך־כּלל, קלינגט זי אין גאַנצן היימיש, ווי איינע וואָס רעדט מיט אַן אַלטן פֿרײַנד וועגן קלייניקייטן, און ניט ווי אַ פּרעמיערין, וואָס ענטפֿערט אויף האַרבע קשיות פֿון אַן אַגרעסיוון זשורנאַליסט. אין דער זעלביקער צײַט, אָבער, באַמערקט מען די פֿעסטקייט, די זעלבסט־זיכערקייט און אינטעליגענץ, מיט וועלכער זי איז געווען אַזוי באַקאַנט. כאָטש עס קען זײַן, אַז איר ייִדיש איז דעמאָלט געווען אַ ביסל פֿאַרזשאַווערט, באַמערקט מען אין גאַנצן ניט קיין שפּראַכלעכע שוועריקייטן אינעם אינטערוויו. זי רעדט גאַנץ קלאָר, כּמעט אומעמאָציאָנעל אָבער גאַנץ פֿרײַנדלעך אויף אַ געבילדעטן ליטווישן ייִדיש.

בן־ישׂראל הייבט דעם שמועס אָן מיט אַ פֿראַגע, וואָס קיין פֿאָרשטייער פֿון אַ ייִדישער צײַטונג וואָלט בשום־אופֿן ניט געקאָנט הײַנט שטעלן בנימין נתניהו: „גבֿרת מאיר… די ייִדישע וועלט איז זייער באַזאָרגט וועגן אַ צאָל דערשײַנונגען פֿון צעריסנקייט אין ישׂראל־לעבן. און אין געזעלשאַפֿטלעכן לעבן פֿילט זיך לעצטנס אַ, וואָלט איך געזאָגט, אַ סאָרט ’מעקאַרטי־שטימונג‘ דאָ אין לאַנד. אַ לינטש־אַטמאָספֿער. וואָס קענט איר אונדז זאָגן וועגן דעם?‟