(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די פֿילצאָליקע זאַמלונגען און קריטישע אָפּשאַצונגען, װאָס באַהאַנדלען פֿרױען־ליטעראַטור, זײַנען אַװדאי זײער אַ חשובֿער בײַטראָג אין דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע, בפֿרט װען זײ ברענגען אַרײַן נײַע נעמען און נײַע טעקסטן; אָבער מעטאָדאָלאָגיש קענען זײ צומאָל זײַן אַ ביסל פּראָבלעמאַטיש, דװקא דעמאָלט װען זײ פּראַװען שבת פֿאַר זיך, דאָס הײסט, באַטראַכטן די פֿרױען־ליטעראַטור לשמה. דערבײַ מאַכט מען כּסדר אַ פֿײַנעם און שאַרפֿזיניקן אַנאַליז פֿון די ליטעראַרישע װערק גופֿא, װי למשל, אין יאָאַנאַ ליסעקס אַרטיקל װעגן דער סאָװעטישער דיכטערין חנה לעװין. נאָר װען עס קומט צו אױספֿירן, פֿילט מען זיך מחויבֿ צו פּראָקלאַמירן אידעאָלאָגישע קלישעען װעגן באַפֿרײַען די ייִדישע פֿרױען־ליטעראַטור פֿון דער מאַנצבלישער דאָמינירונג.
די צרה מיט יעדער אידעאָלאָגיע, בתוכם די פֿעמיניסטישע, איז ניט קײן אויסנאַם; זי דערלאַנגט פּשוטע ענטפֿערס אױף האַרבע פֿראַגעס. אַזױ אַרום האָט די סאָװעטישע קריטיק רעדוצירט קולטור און געשיכטע צום קלאַסן־קאַמף, און די פֿעמיניסטישע קריטיק האָט די נטיה כּסדר צו פּריידיקן די סדרה פֿון דער „מאַסקולינישער דאָמינאַנץ‟. די דאָזיקע דערשײַנונג, פּונקט װי קלאַסן־קאַמף, עקזיסטירט טאַקע, אָבער צוליב װאָס דאַרף מען דאָס האַלטן פֿאַר אַן אוניװערסאַלן ענטפֿער אױף אַלע פֿראַגעס? אױב די פֿרױען געהערן טאַקע יאָ צו דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, איז לאָמיר באַהאַנדלען זײערע װערק אין אַן אינטעגראַלן באַשטאַנד, אַנשטאָט צו האַלטן זײ סתּם פֿאַר אילוסטראַציעס פֿון פֿרויען־אונטערדריקונג.
אַזאַ מין שמאָלער קוקװינקל לאָזט צומאָל ניט אָפּשאַצן עכטע עסטעטישע אוצרות. חנה לעװין און שירה גאָרשמאַן זײַנען יאָ געװען אײגנאַרטיקע שרײַבערינס און אינטערעסאַנטע פּערזענלעכקײטן, אָבער װאָס שײך דעם „קאַנאָנישן‟ סטאַטוס אין דער ליטעראַטור, פֿאַרנעמט רבֿקה רובין אַ סך אַ העכער אָרט. זי איז געװען סײַ אײנע פֿון די בעסטע ליטעראַרישע קריטיקער, סײַ אַ פֿײַנע פּסיכאָלאָגישע שרײַבערין און סײַ אַ װירדיקער מענטש, אָבער עד־היום פֿאַרבלײַבט זי מחוץ דעם תּחום פֿון דער פֿעמיניסטישער קריטיק.
די שרײַבערינס און דיכטערינס, װאָס װערן באַהאַנדלט אין האָראָװיצעס זאַמלבוך, זײַנען געװען טעטיק אין פֿאַרשידענע טײלן פֿון דער װעלט און האָבן געשאַפֿן זײערע װערק אין פֿאַרשידענע סטילן און זשאַנערס; אָבער גאַנץ אָפֿט װערט די דאָזיקע פֿילאַרטיקײט רעדוצירט צו אַ פּשוטן סך־הכּל: „דער עצמדיקער חילוק צװישן מענער און פֿרױען לאָזט זיך ניט אָפּלײקענען‟. אין תּוך גענומען, איז די פֿעמיניסטישע קריטיק גאַנץ אָפֿט אַליין „שולדיק‟ אין דעם, װאָס די הײַנטיקע ליטעראַרישע טעאָריע האַלט פֿאַר אַ שװערן „חטא‟, װאָס הײסט, „עצמדיקײט‟, אָדער בלע”ז „עסענציאַליזם‟. אין דעם זינען איז די פֿעמיניסטישע קריטיק אַ קאַפּױער־שפּיגל פֿון דעם אַלטן מאַנצבלישן שאָװיניזם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.