אין 1996 האָט אַשר אַבראַמאָוויץ, דער לאַנג־יאָריקער דירעקטאָר פֿון דער „כּנרת־טאָגשול‟, אַן עלעמענטאַר־שול אין ריווערדייל, ניו־יאָרק, באַקומען אַן אייגנאַרטיקן פֿאָרלייג: אַהרן פֿראַנק, דער 27־יאָריקער געהילף רבֿ פֿון אַן אָרטיקער אָרטאָדאָקסישער שיל, האָט געזאָגט, אַז ער איז גרייט זיך צו טרעפֿן יעדע וואָך מיט די תּלמידים פֿונעם אַכטן קלאַס, און שמועסן מיט זיי וועגן דער ייִדישער עטיק און פֿילאָסאָפֿיע — אַ מין אַרײַנפֿיר צו ייִדישקייט.
אַבראַמאָוויץ איז נישט געווען זיכער ווי די תּלמידים וועלן רעאַגירן אויף דעם, ווײַל ס׳רובֿ פֿון זיי זענען געווען פֿון ישׂראלדיקע אָדער רוסיש־רעדנדיקע משפּחות, וואָס זענען זעלטן, אָדער אין געוויסע פֿאַלן — אין גאַנצן נישט — געגאַנגען אין קיין שיל.
ער האָט זיך אומזיסט געזאָרגט. די קינדער האָבן זיך גיך דערנענטערט צום כאַריזמאַטישן, באַשיידענעם רבֿ, און אַ טייל האָבן ווײַטער געלערנט מיט אים נאָכן פֿאַרענדיקן די שול, יעדן זונטיק אינדערפֿרי אין זײַן שיל, „היברו אינסטיטוט פֿון ריווערדייל‟.
איין גראַדואַנט האָט אַפֿילו זיך פֿאַרבונדן מיט פֿראַנק יאָרן שפּעטער און אים געבעטן דינען ווי דער מסדר־קידושין אויף זײַן חתונה אין 2011. פֿראַנק האָט עס גערן געטאָן.
וואָס איז טאַקע זײַן סוד? בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט פֿראַנק געזאָגט, אַז ער האָט זיך אַ סך געלערנט בײַ זײַן אייגענעם רבֿ און וועגווײַזער, אַבֿי ווײַס, דער גרינדער און פּענסיאָנירטער רבֿ פֿונעם „היברו אינסטיטוט‟. „איינע פֿון די זאַכן וואָס איך האָב זיך געלערנט בײַ אים איז, אַז ס׳איז אַ סך בעסער פּשוט צו ווײַזן מענטשן די שיינקייט פֿון ייִדישקייט, איידער צו דריקן אויף זיי. כ׳האָב ליב ייִדישקייט מיטן גאַנצן האַרצן און איך האָף, אַז די קינדער זעען דאָס.‟
אָנהייבנדיק פֿונעם 15טן יולי, וועט פֿראַנק, וועלכער איז הײַנט 48 יאָר אַלט, ווערן דער הויפּט פֿון דער שול — אַ נײַע פּאָזיציע, וואָס מע האָט געשאַפֿן, כּדי אים צוצוגרייטן צו ווערן דער נײַער דירעקטאָר. „איך פּענסיאָניר זיך נאָך נישט — האָט אַבראַמאָוויץ געזאָגט — אָבער איך ווייס, אַז דער סימן פֿון אַ געראָטענעם פֿירער איז איינער וואָס טרענירט אַ ׳יורש׳. אויב, צוליב עפּעס אַ סיבה, וועל איך נישט קענען קומען צו דער אַרבעט, דאַרף מען האָבן עמעצן, וואָס קען אַליין אָנפֿירן מיט דער שול.‟
די צוויי קאָלעגן וועלן זיך צעטיילן מיט די אַחריותן. פֿראַנק וועט אָנפֿירן מיט די טאָג־טעגלעכע אַספּעקטן, און אַבראַמאָוויץ וועט זוכן פֿינאַנציעלע שטיצע און אַכטונג געבן אויף די בודזשעט־פּרטים. „אפֿשר אין זיבן יאָר אָרום וועל איך זיך פּענסיאָנירן,‟ האָט אַבראַמאָוויץ געזאָגט.
„כּנרת‟, אַ שול מיט כּמעט 300 תּלמידים, ציט ווײַטער צו קינדער פֿון כּלערליי ייִדישע הינטערגרונטן, און וועט אין מאַרץ אָנהייבן אַ ריזיקן בוי־פּראָיעקט: אַ נײַעם אַרײַנגאַנג, אַ גרויסן זאַל, נאָך קלאַסצימערן און וואַשצימערן.
פֿראַנק זאָגט, אַז ער איז „זייער באַגײַסטערט פֿון דער געלעגנהייט צו אַרבעטן אין דער שול, וואָס וועבט צונויף אַ הויכן אַקאַדעמישן ניוואָ מיט אַ היימישער ייִדישער סבֿיבֿה‟.
פֿראַנק, וואָס האָט סמיכה פֿון „ישיבת חובֿבֿי תּורה‟, איז אַ גראַדואַנט פֿונעם „מאַנדל פֿירערשאַפֿט־אינסטיטוט‟ אין ירושלים, און פֿונעם פּרינציפּאַלן־צענטער בײַם „האַרוואַרד שול פֿון דערציִונג‟.
דאָס איז נישט זײַן ערשטע איבערלעבונג ווי דער דירעקטאָר פֿון אַ נישט־אָרטאָדאָקסישער טאָגשול. צוועלף יאָר לאַנג האָט ער געאַרבעט אין דער „בית־תּפֿילה טאָגשול‟ אין באַלטימאָר — צו ערשט, ווי דער פּרינציפּאַל פֿון דער עלעמענטאַר־שול, און דערנאָך, פֿון דער מיטלשול — וווּ ס׳רובֿ משפּחות האָבן נישט געהיט שבת.
„אַזאַ געמיש פֿון משפּחות געפֿעלט מיר, ווײַל עס דערלויבט מיר צו זען ייִדישקייט דורך אַנדערע ׳ברילן׳‟, האָט ער געזאָגט. זײַן אייגענע משפּחה איז אַליין אַ פֿאַרשידנאַרטיקע. זײַן זיידע פֿון דער מאַמעס צד איז געווען אַ געבילדעטער קאָנסערוואַטיווער רבֿ, וואָס זײַן לערער איז געווען הרבֿ מרדכי קאַפּלאַן, דער גרינדער פֿון רעקאָנסטרוקציאָניזם, און זײַן באָבע איז אויפֿגעוואַקסן אין וויליאַמסבורג. זײַן מאַמעס פֿעטער איז געווען הרבֿ לעאָן מאַכליס, וואָס איז במשך פֿון 50 יאָר געווען דער ראָש־ישיבֿה פֿון „ישיבֿה אוהל משה‟ אין ברוקלין, און זײַן עלטער־זיידע איז געווען אַ רעפֿאָרם־ראַבינער.
„מײַן משפּחה איז תּמיד געגאַנגען אין לעבן אַרײַן גוט אויסצוקומען מיט יעדן קרובֿ, מאַכט נישט אויס צו וועלכער שיטה זיי געהערן,‟ האָט פֿראַנק געזאָגט. „איך אַליין בין געווען אַ תּלמיד אין אַ טאָגשול, וווּ זייער ווייניק פֿון מײַנע פֿרײַנד האָבן געהיט שבת.‟
הגם ער האָט נישט פּלאַנירט צו ווערן אַ רבֿ, איז ער במשך פֿון די יאָרן אַנטציקט געוואָרן פֿון לערנען תּורה און ער זאָגט, אַז זײַן טאַטע, אַ פּענסיאָנריטער קינדער־דענטיסט, האָט געטאָן אַ סך חסד — אַ זאַך, וואָס האָט אים שטאַרק באַווירקט. „אַ סך פֿון זײַנע פּאַציענטן זענען געווען שוואַרצע און לאַטינאָ־קינדער אויף ׳מעדיקייד׳ און אָפֿט מאָל, ווען איך בין געגאַנגען צום טאַטן אין ביוראָ, איז ער געזעסן אויף ד׳רערד מיט אַ קינד, וואָס האָט מורא געהאַט זיך זעצן אין פֿאָטעל,‟ האָט פֿראַנק דערקלערט.
איינער פֿון די פּראָיעקטן, וואָס פֿראַנק פּלאַנירט דורכצופֿירן אין „כּנרת‟, איז אַ טרעניר־פּראָגראַם פֿאַר די לערער. ווען ער איז געווען דער דירעקטאָר פֿון „בית־תּפֿילה‟, האָט ער איין מאָל אָרגאַניזירט אַן אַקטיוויטעט פֿאַר די לערער, פֿאָקוסירט אויפֿן ענין, מיטגעפֿיל, אָדער ווי רופֿט עס: „זיך אָנטאָן די שיך פֿון אונדזערע קינדער‟. ער האָט אָנגעשטעלט אַ במקום־לערער פֿאַרן טאָג, און דער געוויינטלעכער לערער פֿונעם קלאַס איז יענעם טאָג געזעסן צווישן די קינדער, כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין זייער איבערלעבונג אין קלאַס. ער האָט אויך געפֿרעגט די לערער, וואָס פֿאַר אַ מין תּלמידים זענען זיי אַליין קינדווײַז געווען, ווײַל אַזוי קענען זיי אפֿשר בעסער אײַנזען ווי אַזוי דאָס האָט באַווירקט זייער אייגענעם צוגאַנג און אויפֿפֿיר ווי לערער.
הגם פֿראַנק האָט גוט געלעבט מיט די תּלמידים אין „בית־תּפֿילה‟, זענען געווען מאָמענטן, ווען די רויִקייט איז צעשטערט געוואָרן. איין מאָל האָט אַ קינד פֿונעם פֿערטן קלאַס איבערגעחזרט אַ מיאוס וואָרט אין קלאַס (פֿראַנק געדענקט נישט, צי ער האָט געזידלט אַ צווייט קינד, אָדער אַ לערער) און פֿראַנק האָט דערפֿילט, אַז ער מוז רעאַגירן אויף אַ שטאַרקן אופֿן.
„איך האָב קיין מאָל נישט געניצט דאָס וואָרט ׳סוספּענדירן׳ [אַהיימשיקן אויף עטלעכע טעג ווי אַ שטראָף], אָבער איך האָב צוגערופֿן דעם תּלמיד און אים געזאָגט: ׳דו וועסט איצט מוזן בלײַבן אין דער היים אויף עטלעכע טעג. אונדזער וועלטל דאָ איז אַ הייליקס, מיט אַ געוויסער האַרמאָניע. ווען מענטשן פֿירן זיך אויף אַזוי, צעשטערט עס די האַרמאָניע.׳‟
דאָס קינד איז געווען אין כּעס און האָט זיך צעוויינט. אַפֿילו די מאַמע האָט געוויינט בעת זי און איר מאַן האָבן געפּרוּווט איבערצײַגט פֿראַנק נישט אַהיימצושיקן דאָס קינד. פֿראַנק האָט זיך אָבער נישט נאָכגעגעבן. „איך בין משוגע לדבֿר, ווען עס קומט צו מענטשלעכקייט,‟ זאָגט ער איצט. „איך גלייב פּשוט נישט, אַז דאָס שעלטן מענטשן איז אַ טאָג־טעגלעכע דערשײַנונג, און דערפֿאַר דאַרף מען עס אָננעמען פֿאַר נאַטירלעך.‟
גלײַכצײַטיק האָט פֿראַנק דערפֿילט, אַז ער מוז אַרויסווײַזן נאָך מער וואַרעמקייט ווי געוויינטלעך, ווען דאָס קינד קומט צוריק אין שול מיט עטלעכע טעג שפּעטער. „איך האָב זיך געשטעלט בײַ דער טיר, אים פֿרײַנדלעך אַרומגענומען און געזאָגט: ׳כ׳בין צופֿרידן דיך צו זען׳.‟
פֿראַנק האָט זיך צעשמייכלט. „כ׳האָב דערקענט, אַז בײַ אים איז די גאַנצע איבערלעבונג געווען ממש אַ סימבאָלישע דערוועקונג, ווײַל ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ער האָט אַ רבֿ און מלמד, וואָס דערוואַרט פֿון אים הויכע סטאַנדאַרטן. אין יענעם טאָג איז מיר קלאָר געוואָרן, אַז דאָס איז טאַקע די פֿליכט פֿון אַ לערער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.