די גענטריפֿיקאַציע

Gentrification


פֿון לייזער בורקאָ

Published January 20, 2016, issue of February 05, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער אמת איז, אַז די מומחים ווייסן ניט, פֿאַר וואָס געוויסע געגנטן ווערן גענטריפֿיצירט און אַנדערע — ניט. דער עיקר, גייט עס אין דער מאָדע, וואָס איז שווער פֿאָרויסצוזען. אָבער די „פּיאָנערן‟ זײַנען דווקא אַזעלכע מענטשן, וואָס האָבן אַ גוטן חוש פֿאַר דער מאָדע: קינסטלער, „היפּסטערס‟, און אויך, האָמאָסעקסואַליסטן. זיי מאַכן די געגנט מער היימיש פֿאַרן באָהעמישן און אַלטערנאַטיוון לעבנס־שטייגער, וואָס ציט שפּעטער צו די רײַכערע מענטשן. דעריבער האַלטן די גרויסע אינוועסטאָרן אַן אויג אויף דעם, וווּ אַזעלכע מענטשן באַזעצן זיך, ווײַל דאָס קען ווערן אַ נײַער „סאָהאָ‟ אָדער וויליאַמסבורג אין ניו־יאָרק.

אַוודאי, שפּילן די ייִדן אַן אומפּראָפּאָרציאָנעל גרויסע ראָלע אין דער גענטריפֿיקאַציע, ספּעציעל דאָ אין אַמעריקע. ערשטנס, לעבן ס׳רובֿ ייִדן אין די גרויסע מעטראָפּאָליעס, וווּ דער פּראָצעס קומט פֿאָר, ווי ניו־יאָרק, סאַן־פֿראַנציסקאָ, און באָסטאָן. די בעלי־בתּים פֿון די בנינים, וווּ די „פּיאָנערן‟ באַזעצן זיך, זײַנען אָפֿט ייִדן; ניט ווייניק פֿון די „פּיאָנערן‟ אַליין אויך — קינסטלער, „היפּסטערס‟, און אַפֿילו האָמאָסעקסואַליסטן.

אָבער ניט אַלע ייִדן זײַנען צופֿרידן מיט דער גענטריפֿיקאַציע, דער עיקר, די חסידים. די באָהעמישע, עולם־הזהדיקע סבֿיבֿה פֿון די „פּיאָנערן‟ פּאַסט זיך גאָר ניט אַרײַן אין דער פֿרומער קולטור. אַ מאָל פֿלעגן די חסידים דורכפֿירן פּראָטעסטן, שרײַען געוואַלד, אָבער דערווײַל, זאָגט מיר אַ חבֿר, האָבן זיי שלום געמאַכט מיטן מצבֿ. שוין פֿאַרפֿאַלן! אַ סך חסידים, וואָס האַנדלען מיט „ריעל עסטעיט‟ (גרונטאייגנס), זײַנען געוואָרן רײַך ווי קורח, שאַרן גאָלד ממש. מײַן חבֿר האָט מיר אָנגערופֿן עטלעכע נעמען און נאָך אַ קאָמפּלימענט דערצו: „די נומערן וואָס די חבֿרה טראַסקענען דורך איז אין די ביליאָנען און זיי זענען אַלע ייִנגער ווי דו‟.

די אמתע „גענטריפֿיצירער‟, וואָס זײַנען שפּעטער געקומען, זײַנען, זאָגט ער, „זייער פֿרידלעך און מאַכן ניט קיין פּראָבלעמען‟; אָבער דערפֿאַר האָבן זיי אַרויפֿגעטריבן די פּרײַזן אַזוי, אַז דער חסידישער טייל פֿון דער געגנט קען מער ניט וואַקסן. אַ סך יונגע משפּחות קלײַבן זיך איבער קיין מאָנסי, ווײַל זיי קענען זיך ניט דערלויבן צו בלײַבן אין דער אַלטער געגנט — און וויליאַמסבורג איז דאָך אַ ייִדישע געגנט איבער הונדערט יאָר. „דאָס טוט זייער וויי‟, שרײַבט ער.

זעען מיר, אַז ייִדן שטייען אויף ביידע זײַטן פֿון דער דעבאַטע: סײַ צווישן די שולדיקע אין דער גענטריפֿיקאַציע און סײַ צווישן די געליטענע דערפֿון. אָבער אַרום און אַרום, זײַנען מסתּמא פֿאַראַן מער געווינער ווי פֿאַרלירער, ווײַל די ייִדן זײַנען פֿאָרט פֿון די מער פֿאַרמעגלעכע גרופּעס אין די גרויסע שטעט. דעריבער קען אפֿשר מען ניצן דאָס וואָרט אויף ייִדיש אָן דעם געוויינטלעכן שלעכטן בײַטעם.