(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ער האָט דערציילט, ווי זײַן מאַמע פֿלעגט דערמאָנען דעם חורבן אויף יעדן שריט און טריט. נאָכן רעדן מיט אַ חבֿרטע, למשל, האָט זי אים געזאָגט: „זי [איר חבֿרטע] איז פֿון דעם סאָרט מענטשן, וואָס וועלן אײַך מוסר זײַן [צו די נאַציס]‟. סאָלאָנדז האָט אויך באַשלאָסן צו ווײַזן אַ פֿילם וועגן דעם חורבן, „נאַכט און נעפּל‟ (1955) פֿון אַלען רענע. אויסער דעם, האָט ער אַ ביסל גערעדט וועגן זײַן נײַעם פֿילם Wiener-Dog, וואָס וועט זײַן אַן אומטיפּישער המשך־פֿילם פֿון „ברוך־הבאָ צו דעם ליאַלקע־הויז‟.
נאָך אַ געשעעניש, וואָס מערקט אָפּ דעם 20סטן יאָרצײַט פֿון יצחק ראַבינס מאָרד: עמוס גיתּאַי האָט געשאַפֿן אַ נײַע דאָקומענטאַרע דראַמע, „ראַבין, דער לעצטער טאָג” (Rabin, the Last Day), וואָס דראַמאַטיזירט געוויסע סצענעס פֿון דער פֿאָרש־קאָמיסיע נאָכן מאָרד און גיט צו די עלעמענטן, וואָס האָבן אויף יענער קאָמיסיע געפֿעלט. גיתּאַיס פֿילם, וואָס איז באַזירט דורכויס אויף אמתע געשעענישן און שמועסן, פֿאָקוסירט זיך אויף דער העצע, וואָס האָט דערפֿירט צום מאָרד פֿונעם ישׂראל־פּרעמיער. דער פֿילם האַלט, אַז מע טאָר בשום־אופֿן נישט אָננעמען די פֿאַלשע מסקנא, אַז דער מערדער יגאל עמיר האָט עס געטאָן אין אַ וואַקוּוּם, און נאָר ער אַליין איז שולדיק.
עמיר האָט זיך געלערנט אין דער ישיבֿה „כּרם־יבֿנה‟ און אין בר־אילן אוניווערסיטעט, וואָס זענען ביידע רעליגיעז־ציוניסטישע אינסטיטוציעס. דאָרט, אונטערן גײַסט פֿון „גוש־אמונים‟, האָט ער געלערנט, אַז די ערד פֿונעם לאַנד וואָס מע רופֿט „ארץ־ישׂראל‟, איז אַ הייליק לאַנד און געהערט נאָר צו די ייִדן. יעדער איינער וואָס פֿירט אַ משׂא־ומתּן צו צעטיילן דאָס לאַנד מיט אַנדערע מענטשן, איז בבֿחינת אַ מוסר און אַ פֿאַררעטער.
דער פֿילם ברענגט די ווערטער פֿון אַ ריי מסיתים, אויף דער גאַס און אויף די „בכּבֿודיקע‟ בינעס, וואָס אַלע זענען זיי פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן מאָרד. פֿון די וואָס פֿלעגן שרײַען אויף דעמאָנסטראַציעס, „טויט פֿאַר ראַבין‟, צו דער פֿירערשאַפֿט פֿון די קאָלאָניסטן, וואָס האָבן געזאָגט, אַז „ראַבין און שמעון פּערעס באַלאַנגען צום קולט פֿון שׂטן‟, ביז דעם איצטיקן פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, וואָס האָט געהאַלטן אַ העצע־רעדע אויף אַ דעמאָנסטראַציע אין ירושלים אַ חודש פֿאַרן מאָרד, וווּ די דעמאָנסטראַנטן האָבן ממש הינטער זײַנע אויגן געטראָגן שילדן פֿון ראַבין, אָנגעטאָן אין נאַצי־מונדיר.
„ראַבין, דער לעצטער טאָג‟ איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקער פֿילם, וואָס גיט אַ שאַרפֿן דין־וחשבון קעגן דעם גוואַלד פֿון די רעכטע ישׂראל־קרײַזן, וואָס דערגייט ביזן „שטינקענדיקן קאָפּ פֿונעם פֿיש‟. נישט געקוקט אויף זײַן לאַנגן דויער (153 מינוט), זענען אין אים נישטאָ קיין לאַנגווײַליקע מאָמענטן. גיתּאַי האָט בפֿירוש געזאָגט, אַז זײַן ציל איז זיך אַנטקעגנשטעלן די הײַנטיקע ראַסיסטישע און אומטאָלעראַנטע טענדענצן אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.