ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

חיים סאָקאָל
חיים סאָקאָל

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published January 20, 2016, issue of February 05, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

רעפֿעראַט: דענקמעלער קאָנען פֿאַראייניקן און צעשיידן מענטשן

אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי האָט זיך די טעג געשלאָסן די אויסשטעלונג „לאַסט פֿאָליאָ‟, וואָס דערציילט וועגן די לעצטע שפּליטערס פֿונעם ייִדישן לעבן אין אייראָפּע נאָכן חורבן. דעם 14טן יאַנואַר איז אין די ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש מיטן קינסטלער חיים סאָקאָל. סאָקאָל האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דענקמעלער: זייער באַטײַט און פֿאַרבינדונג מיטן היסטאָרישן זכּרון, וועגן דעם אופֿן, ווי אַזוי די דענקמעלער קענען פֿאַראייניקן, און פֿאַרקערט, צעשיידן פֿאַרשיידענע גרופּעס פֿון מענטשן. סאָקאָל האָט באַטראַכט אַ ריי דענקמעלער פֿון באַקאַנטע מאָדערנע סקולפּטאָרן, ווי קריסטיאַן באָלטאַנסקי, אַנסעלם קיפֿער, יאָכן הערץ און אַנדערע.

טולאַ: דער ייִדישער קלוב „ירושה‟

אין דער שטאָט טולאַ, אַרום 200 ק״מ אויף דרום פֿון מאָסקווע, איז דאָ אַ ייִדישער קלוב „ירושה‟, וואָס דאָרטן קען מען זיך לערנען ייִדיש און ייִדישע קולטור. מיטן קלוב פֿירט אָן דער קענער פֿון ייִדיש, יורי זאַקאָן. זונטיק דעם 17טן יאַנואַר האָט ער דורכגעפֿירט אַ באַגעגעניש, געווידמעט דער חסידישער מוזיק. ער האָט דערציילט וועגן חסידישע ניגונים און לידער, זייער געשיכטע, זייער באַטײַט און טראַדיציעס, ווי אַזוי מע זינגט זיי, געלייענט און אַנאַליזירט מיטן עולם עטלעכע טעקסטן.

ביראָבידזשאַן: ישיבֿה־בחורים טרעפֿן זיך מיט אָרטיקע ייִדן

אַ נײַעס, געקומען פֿון ביראָבידזשאַן: די היגע ייִדישע קהילה האָט מקבל־פּנים געווען אַ דעלעגאַציע ישיבֿה־בחורים פֿון דער מאָסקווער ישיבה „תּומכי־תּמימים‟, אָנגעפֿירט פֿון מענדי לאַזאַר, דער זון פֿונעם הויפּט־רבֿ פֿון רוסלענדישן חב״ד, בערל לאַזאַר. די בחורים האָבן זיך געטראָפֿן מיטן עולם, דערציילט וועגן יהדות און געלייגט תּפֿילין אַלעמען, ווער עס האָט געוואָלט. די קהילה האָט געשענקט דער ישיבֿה ביכער וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט.