(די 2 טע זײַט פֿון 2)
עס האָט זיך געוואָרפֿן אין די אויגן, אַז צווישן די מענטשן, וואָס זײַנען געקומען אויף דער לוויה, איז ניט געווען אַב. קאַהאַן, דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס‟. זיי האָבן אָפּגעאַרבעט צוזאַמען בערך צוואַנציק יאָר — וולאַדעק איז געווען דער „מענעדזשער‟, דער פֿאַרוואַלטער, פֿון דער צײַטונג, אָבער קיין פֿרײַנד זײַנען זיי ניט געווען. נאָך מער: צום סוף זײַנען זייערע באַציִונגען געוואָרן זייער שלעכטע, זיי האָבן אַפֿילו ניט גערעדט איינער מיטן אַנדערן. אַזוי אַז ווי נאָר ס’איז אָנגעקומען די ידיעה וועגן וולאַדעקס טויט, האָט קאַהאַן תּיכּף־ומיד געפֿונען עפּעס אַ תּירוץ צו פֿאַרלאָזן די שטאָט. פֿאַקטיש, איז ער פּשוט אַנטלאָפֿן, כּדי ניט קומען אויף דער לוויה.
קאַהאַן האָט, בלי־ספֿק, געפֿילט, אַז אַ סך מענטשן אַרום אים האָבן געוואָלט זען וולאַדעקן ווי דעם הויפּט־רעדאַקטאָר. באַזונדערס פּאָפּולער איז ער געווען צווישן די בונדיסטן, ווי אויך די אַמאָליקע בונדיסטן, וועלכע האָבן געשפּילט אַן אָנגעזעענע ראָלע אין דער „פֿאָרווערטס‟־סבֿיבֿה. הגם אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן איז וולאַדעק שוין קיין אַקטיווער בונדיסט ניט געווען, האָבן זײַנע פּאַרטיי־חבֿרים געפֿילט צו אים דרך־ארץ און אַפֿילו ליבע. אַ סבֿרא, אַז ער איז בכלל געווען אַ כאַריזמאַטישע פֿיגור, וואָס איז שווער געווען צו זאָגן וועגן קאַהאַנען. און אויף דער וועלט האָבן קאַהאַן און וולאַדעק געקוקט אַנדערש. וולאַדעק איז געווען מער אינטערנאַציאָנאַליסטיש געשטימט, איידער קאַהאַן, וואָס האָט זיך אַלץ מער אַנטפּלעקט ווי אַ ייִדישער נאַציאָנאַליסט.
איך האָב לעצטנס פֿאַרענדיקט צו שרײַבן אַן אַרבעט וועגן דעם ווי קאַהאַן האָט בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה דערקלערט זײַן באַציִונג צו נאַציאָנאַליזם און אינטערנאַציאָנאַליזם. אין אַ פּאָר וואָכן אַרום וועל איך וועגן דעם רעדן אויף אַ קאָנפֿערענץ אין בערלין (//www.mmz-potsdam.de/veranstaltungsdetails/events/streben-nach-emanzipation-judentum-und-arbeiterbewegung-im-20-jahrhundert.html). מיר שײַנט, אַז די דאָזיקע זײַט פֿון קאַהאַנס אידעאָלאָגישן פּרצוף בלײַבט נאָך ווייניק אויסגעפֿאָרשט.
וולאַדעק איז, אַ פּנים, געווען אַ מענטש, וואָס האָט געפּרוּווט אויסמײַדן שאַרפֿע קאָנפֿליקטן. אָבער צו מאָל האָט דער „פֿאָרווערטס‟ געדרוקט זײַנע אַרטיקלען, אין וועלכע ער האָט אַרויסגעזאָגט אַ מיינונג, וואָס איז געווען גאָר ניט אין איינקלאַנג מיט דער פּאָזיציע פֿונעם רעדאַקטאָר. יעדער איינער, וואָס פֿאַרטיפֿט זיך אין לייענען בריוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שרײַבער, זעט דעם אונטערשייד ניט נאָר אין דעם אינהאַלט, נאָר אויך אין דעם עצם טאָן פֿון דער קאָרעספּאָנדענץ, געפֿירט פֿון קאַהאַנען און וולאַדעקן. מע זעט, אַז בדרך־כּלל האָט מען צו וולאַדעקן געשריבן ווי צו אַ חבֿר, בעת צו קאַהאַנען האָט מען זיך געוואָנדן ווי צו אַ ניט־קיין־פֿאַרגינערישן באַלעבאָס.
אַ סבֿרא, אַז דאָס אַלץ האָט געיאָגן דעם 78־יאָריקן קאַהאַנען פֿון דער שטאָט, גלײַך ווי ער האָט זיך געשראָקן פֿאַרן טויטן קאָלעגע זײַנעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.