(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ערשט אין דער צײַט האָט מען מיך באַקענט מיט אוריאל ווײַנרײַכס גאַנץ לעבנסווערק. פּונקט אַזוי ווי זײַן טאַטע מאַקס ווײַנרײַך, האָט ער געהאַט זייער ברייטע אינטערעסן און זייער ברייטע השׂגות. וועגן וואָס האָט נאָר דער מענטש נישט געשריבן?
אוריאל ווײַנרײַכס ערשטע פּובליקאַציע איז געווען „קאָלעדזש־ייִדיש“, וואָס ער האָט אָנגעשריבן אין עלטער פֿון צוואָנציק יאָר. זײַן ערשטע וויכטיקע לינגוויסטישע אַרבעט איז געווען וועגן „סאַבעסדיקן לאָסן“, דאָס וואָס ליטווישע ייִדן האָבן געהאַט צרות מיטן אַרויסרעדן דעם שין. אין דעם האָט ער שוין אַרויסגעברענגט אַ וויכטיקע טעאָריע אין שײַכות מיטן קאָנטאַקט צווישן צוויי פֿעלקער, וואָס וווינען אויפֿן זעלביקן שטח (ייִדן און סלאַוון). דערמיט איז ער אויף אַ לינגוויסטישער קאָנפֿערענץ געוואָרן אַ סענסאַציע: אַ יונגער־מאַן פֿון עטלעכע און צוואָנציק און שוין מיט אַזוינע קלוגע, דורכגעטראַכטע געדאַנקען!
אַ קורצע צײַט נאָך דעם איז אַרויס אַ נוסח פֿון זײַן דיסערטאַציע, Languages in Contact, אויך וועגן דעם ,ווי אַזוי שכנותדיקע לשונות זענען משפּיע איינס אויף ס׳אַנדערע. ווײַטער זענען אַרויס נאָך ערשטקלאַסיקע אַרבעטן אַרום דער טעמע, ווי אַזוי ייִדן זענען געקומען אונטער דער השפּעה פֿון סלאַוון, ווי אויך וועגן ייִדיש אין בעלאַרוס און אין אונגערן. דאָס לעצטע, וואָס די ייִדישע פֿילאָלאָגן האָבן זיך דערויף קוים אומגעקוקט, האָט ער ברייט און טיף באַשריבן, ווי אויך אָנגעוויזן, אַז דאָס וועט אַוודאי זײַן דאָס ייִדיש פֿון מאָרגן, אַ דאַנק דעם, וואָס אויף דעם דיאַלעקט רעדן ס׳רובֿ חרדישע ייִדן.
הײַנט דער „שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס פֿון אַשכּנזישע ייִדן“, וואָס ער האָט פֿאַרטראַכט, צונויפֿגעשטעלט דערפֿון דעם פֿרעגבויגן, דורכגעפֿירט נישט־ווינציק אינטערוויוען, אָבער נישט דערלעבט צו זען די דרײַ בענד, וואָס זענען ביז איצטער אַרויס.
אוריאל ווײַנרײַך האָט אויך אָפּגעדרוקט אַרטיקלען וועגן דער ייִדישער גראַמאַטיק; זיך פֿאַרנומען מיט דער כּלל־לינגוויסטיק און, אין איינעם מיט זײַן טאַטן, געשפּילט די הויפּט־ראָלע בײַם אַרײַנפֿירן די ייִדיש־פֿאָרשונג אין דער ברייטער לינגוויסטישער סבֿיבֿה. צו דעם איז ער, נישט געקוקט אויף זײַנע יונגע יאָרן, געווען דער מורה־דרך פֿון אַ דור שפּראַכפֿאָרשערס, ווי, אַ שטייגער, מיכל הערצאָג ע״ה און, אים צו לאַנגע יאָר, וויליאַם לאַבאָוו. נישט אומזיסט האָט דער נעקראָלאָג נאָך אים אינעם „אויפֿן שוועל“ געטראָגן דעם טיטל „אַ גאָון איז אַוועק“.
איז זאָלן זיך דערוויסן די ייִנגערע ליבהאָבערס און סטודענטן פֿון מאַמע־לשון, וואָס זיי קענען אוריאל ווײַנרײַכן בלויז פֿון זײַן ווערטערבוך און פֿון „קאָלעדזש־ייִדיש“, אַז דאָס איז בלויז אַ קליינער חלק פֿון דער רײַכער ירושה, וואָס ער האָט אונדז איבערגעלאָזט. ער איז דאָך אַזוי יונג אַוועק פֿון דער וועלט! ווען ער וואָלט דערלעבט צו אַ נאָרמאַלן עלטער, ווער ווייסט, מיט וואָס נאָך ער וואָלט אונדז מזכּה געווען? איז דאָס, וואָס מע וויל אויף אַזאַ אופֿן אָפּמערקן זײַן 50סטן יאָרצײַט, זייער אַ גוטע בשׂורה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.