געלייענט אינעם „פֿאָרווערטס“, אַז דער זשורנאַל „ייִדישע שפּראַכן“ גרייט זיך אַרויסצוגעבן אַ נומער צום 50סטן יאָרצײַט פֿון אוריאל ווײַנרײַך, אין 2017. וואָלט איך בײַ דער געלעגנהייט געוואָלט דערציילן די לייענערס וועגן מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט דעם גרויסן מענטשן.
את חטאי אַני מזכּיר היום: אין דער אמתן האָב איך אוריאל ווײַנרײַכן נישט געקענט, און ביזן הײַנטיקן טאָג טוט עס מיר באַנג. נישט וואָס איך בין אין דעם באמת שולדיק — כ׳בין געבוירן געוואָרן צו שפּעט און נישט אין דער ריכטיקער סבֿיבֿה. איז אַזוי:
כאָטש כ׳בין דאָ אינעם „פֿאָרווערטס“ נישט קיין פּנים־חדשות, ווייסן אפֿשר נישט די לייענערס אַ טייל „סודות“ מײַנע. אָט, אַ שטייגער, האָב איך זיך געלערנט אין דער זומער־פּראָגראַם בײַם ייִוואָ און קאָלאָמביע מיט אַ האַלב לעבן צוריק. איז איינע פֿון מײַנע לערערס געווען ד״ר חוה לאַפּין. איין טאָג האָט זי אונדז פֿאַרגעבן אָנצושרײַבן וועגן זיך אַ קורצע ביאָגראַפֿיע און דער הויפּט וועגן אונדזער וועג צו ייִדיש. ווען זי האָט איבערגעלייענט מײַן חיבור, איז זי געבליבן געפּלעפֿט: „הערשל, כ׳בין געווען זיכער, אַז איר שטאַמט פֿון אַ ייִדישיסטישער היים, אפֿשר אַ בונדישער, און אַז דעם ייִדישיזם האָט איר אײַנגעזאַפּט מיט דער מאַמעס מילעך‟.
ניין, כאָטש כ׳האָב געהערט זיידע־באָבע, צום טייל, רעדן מאַמע־לשון (מיט ייִנגערע פֿון זיך האָבן זיי גערעדט ענגליש) האָב איך טאַקע אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש אין דער אַרבעטער־רינג־שול אין קאַנאַרסי, ברוקלין. אַהין האָבן מיך טאַטע־מאַמע געשיקט, דערעיקרשט, ווײַל די אָרטיקע „היברו־סקול“ האָט אין גאַנצן נישט געטויגט. חוץ דעם, בין איך געווען איינער פֿון דער כּמעט נישטיקער צאָל תּלמידים אין יענער ייִדישער שול, וואָס האָט זיך טאַקע געוואָלט לערנען. צו דעם ציל האָבן מיר טאַטע־מאַמע געקויפֿט אַ ווערטערביכל — אַלכּסנדר האַרקאַוויס פֿון די 1890ער יאָרן. דאַכט זיך, אַז קיין איין וואָרט וואָס כ׳האָב דאָרטן געזוכט, האָב איך נישט געפֿונען, ווײַל אין דער שול האָבן מיר זיך געלערנט דעם מאָדערנעם אויסלייג, בשעת האַרקאַווי האָט דעמאָלט נאָך געשריבן מיטן דײַטשמערישן אויסלייג. פֿאַר וואָס האָב איך נישט באַקומען אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך? ווײַל ער איז צו יענער צײַט נאָך נישט אַרויס! אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.
ווען כ׳האָב אין אוניווערסיטעט ווידער אַ מאָל גענומען זיך לערנען ייִדיש, האָב איך זיך באַקענט מיט „קאָלעדזש־ייִדיש“ און מיטן ווערטערבוך זײַנעם. גיי ווייס, אַז ס׳זענען דאָ אַזוינע ווערק אויף אַ פּאַסיקן ניוואָ, אַז נישט נאָר קינדער, נאָר אויך אוניווערסיטעט־סטודענטן זאָלן זיך קענען לערנען. ערשט שפּעטער, בײַם לייענען דעם אַרײַנפֿיר צום ווערטערבוך, האָב איך זיך דערוווּסט אַ קאַפּעלע וועגן אוריאל ווײַנרײַכן, דערעיקרשט, אַז ער איז אַזוי יונג געשטאָרבן, און אַז דער ווערטערבוך איז אַרויס ערשט נאָך זײַן טויט. און בײַ דעם איז עס געבליבן ביז… כ׳האָב זיך נישט אָנגענומען מיט דער קרענק „ייִדישאָפֿיליאַ“, באַשלאָסן צו שטודירן אויף אַ דאָקטאָראַט פֿון ייִדיש אין קאָלאַמביע־אוניווערסיטעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.