אַ לעבן־געבליבענער אויף לאַנגע יאָרן

A Holocaust Survivor with True Longevity

ישׂראל קרישטאָל
Courtesy of Kristal family
ישׂראל קרישטאָל

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published January 27, 2016, issue of February 19, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די פֿאָרשער פֿון מענטשן, וואָס זענען עלטער פֿון 100 יאָר, האָבן שוין לאַנג באַמערקט, אַז די מיטגלידער פֿון געוויסע עטנישע גרופּעס, אַרײַנגערעכנט די אַשכּנזישע ייִדן, די פּאַלעסטינער און די דרום־איטאַליענער, האָבן, אַ פּנים, אַ נטיה צו לעבן גאָר אַ לאַנג לעבן. פּראָפּאָרציאָנעל גערעכנט, לעבן מער ייִדן לענגער ווי 105 יאָר, ווי אין דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. אַנדערע גרופּעס, אַזוי ווי די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער, לעבן דורכשניטלעך קירצער ווי ס׳רובֿ אַמעריקאַנער, אָבער זיי האָבן אויך פּראָפּאָרציאָנעל אַ העכערע צאָל מיטגלידער, וואָס לעבן לענגער ווי 105 יאָר. (געוויסע עקספּערטן האַלטן דאָס פֿאַר בלויז אַ מיטאָס און גיבן איבער, אַז די אונטערשיידן האָבן בלויז צו טאָן מיט פֿאַקטאָרן אַזוי ווי וווּ מע וווינט און די דיעטע וואָס מע עסט און ניט מיטן עטנישן אָפּשטאַם). 

לעצטנס, למשל, איז געשטאָרבן אין קאַליפֿאָרניע אַן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער מאַן, אַנדרו האַטש, וואָס האָט געטענהט, אַז ער איז געווען 117 יאָר אַלט. זײַן משפּחה האָט געהאַט אַ סך באַווײַזן, אַרײַנגערעכנט אַלטע בילדער און די דערמאָנונגען פֿון אַנדערע אַלטע קרובֿים, וואָס געדענקען, אַז ער איז שוין געווען אין די 30ער, ווען זיי זענען געווען קינדער. צוליב דעם, אָבער, וואָס ער איז געבוירן געוואָרן אין לויִזיאַנע אין אַ צײַט, ווען מע האָט ניט געגעבן קיין געבורט־צערטיפֿיקאַטן די דאָרטיקע אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער, האָט די „גערענטאָלאָג־פֿאָרש־גרופּע‟ אים אָפֿיציעל ניט געקענט אָנערקענען. בכלל זענען דאָ אַ סך מענטשן איבער דער וועלט, וואָס טעהנען, אַז זיי זענען כּמעט אַזוי אַלט ווי מתושלח, אָבער זייער ווייניק מענטשן האָבן באַקומען געבורט־צערטיפֿיקאַטן אינעם סוף 19טן יאָרהונדערט, מחוץ אַ פּאָר אייראָפּעיִשע לענדער און צפֿון־אַמעריקע. ווי עס טרעפֿט, איז די רוסישע אימפּעריע יאָ געווען איינס פֿון די לענדער, וווּ כּמעט אַלע האָבן באַקומען געבורט־צערטיפֿיקאַטן און מע קען דערפֿאַר אָפֿיציעל באַשטעטיקן ישׂראל קרישטאָל ווי דער עלטסטער מאַן אויף דער וועלט.

קרישטאָל איז, אַגבֿ, ניט דער ערשטער ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה צו ווערן באַשטעטיקט ווי דער עלטסטער מאַן אויף דער וועלט. ד״ר אַלכּסנדר אימיטש, וואָס איז געשטאָרבן אין 2014 צו 111 יאָר, איז אויך געווען אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה. אימיטש, אַן אַסימילירטער ייִד פֿון טשענסטאָכאָוו, האָט זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, וווּ ער האָט געהאַלטן איינעם פֿון זײַנע לעצטע אינטערוויען מיטן שרײַבער פֿון די דאָזיקע שורות אַ יאָר פֿאַר זײַן פּטירה.