דער שװאַרץ־װײַסער װעטער

Weather in Black and White

ישׂראלדיקע פּאָליציאַנטן שטייען לעבן דעם קערפּער פֿון אַ פּאַלעסטינער אָנפֿאַלער, וועמען מע האָט דערשאָסן נאָך אַן אַטאַק דעם 26סטן דעצעמבער 2015 לעבן דער אַלט־שטאָט אין ירושלים
Getty Images
ישׂראלדיקע פּאָליציאַנטן שטייען לעבן דעם קערפּער פֿון אַ פּאַלעסטינער אָנפֿאַלער, וועמען מע האָט דערשאָסן נאָך אַן אַטאַק דעם 26סטן דעצעמבער 2015 לעבן דער אַלט־שטאָט אין ירושלים

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published January 28, 2016, issue of February 19, 2016.

אַ מענטשן, װעלכער איז געבױרן געװאָרן און אָפּגעלעבט אַ האַלב לעבן אין אײראָפּע, איז שװער זיך צוגעװױנען צו די ישׂראלדיקע צײַטן פֿון יאָר, דהײַנו, ‒ די קאַלטע צײַט, פֿון שׂימחת־תּורה אָן ביז שבֿועות, און די הײסע צײַט, פֿון נאָך שבֿועות און ביז סוכּות. מיט אײן װאָרט, ‒ אָדער ‒ אָדער… און ס׳איז שװער צו פֿאַרשטײן, צי די מענטשן האָבן זיך אָנגעשטעקט פֿונעם װעטער, צי דער װעטער האָט זיך צוגעפּאַסט צו די מענטשן, נאָר פֿון יאָר צו יאָר זעט זיך די דאָזיקע ראַדיקאַליזאַציע אַלץ בולטער און בולטער, סײַ אין דער עקסטרעמקײט פֿון די װעטער־משוגעתן, סײַ אין דער אַכזריותדיקער טעטיקײט פֿון אַ געװיסער טײל ישׂראלדיקע תּושבֿים. באמת, שױן דרײַסיק יאָר װאַרט איך כאָטשבי אױף אַ פּאָר טעג און אַפֿילו ניט אומבאַדינגט אין האַרבסט — אַ פּאָר טעג, װעלכע װאָלטן מיר דערמאָנט אין טשײַקאָװסקיס מוזיקאַלישן ציקל „די צײַטן פֿון יאָר‟ און באַזונדער אין מײַן באַליבטן „אָקטאָבער‟. מײַן אַשכּנזישע נשמה נײטיקט זיך אין אַ ביסל מעלאַנכאָליע, װאָס רופֿט אַרױס אַ הײמיש־װאַרעמע סענטימענטאַלע טרער און אַ קנעכטישן רצון אױסצוקושן די גאַנצע װעלט, אַרײַנגערעכנט די שלענג און שפּינען. אַך, עס װײַזט אױס, אַז אױך צו אַ שײנער פּאָגאָגע דאַרף מען האָבן אַן אײַזערנעם מזל און געבױרן װערן אין ציריך.

די גרױסע היסטאָריקער און אַלץ־קענער האָבן שוין פֿון לאַנג פֿעסטגעשטעלט, אַז אײנע פֿון די גרונט־סיבות, פֿאַר וואָס ביזן מיטן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט איז ארץ־ישׂראל געװען כּמעט אומבאַפֿעלקערט, איז טאַקע די פּראָבלעם מיט זיסן װאַסער, װאַסער צום טרינקען. און דאָס, װאָס הײַנטיקע טעג האָט מען װאַסער אי צו טרינקען, אי פֿאַר דער לאַנד־װירטשאַפֿט, איז ממש אַ העלדישער אױפֿטו. איר קענט זיך קױפֿן די גרעסטע לופּע אױף דער װעלט און אױסקריכן אױף אַלע פֿיר דאָס גאַנצע לאַנד אין דער לענג און אין דער ברײט, קײן אײן לײַטיש טײַכל װעט איר ניט געפֿינען. און אָט, עס קומט דער חודש שבֿט, דער װעטער שטעקט זיך אָן מיט דער עקסטרעמקײט פֿון די מענטשן, אַ פּאָר טעג גײט אַ רעגן, ‒ און שױן, דאָס גאַנצע לאַנד איז פֿאַרפֿלײצט מיט ברױזנדיקע ריטשקעס, און כּדי צו קױפֿן אַ לאַבן ברױט דאַרף מען, קודם־כּל, באַשטעלן אַ ים־שיף, איר זאָלט קענען צוקומען צו אַ קראָם.

דאַכט זיך, אין אַזאַ מין װעטער, איז דאָס בעסטע װאָס קען קומען אױפֿן שׂכל — גוט אָנװאַרעמען דעם צימער און האָבן הנאה פֿון דער באַליבטער אַרבעט, אָדער זיך אָפּגעבן דעם פּערמאַנענטן „פֿײַוו אָ׳קלאָק‟. און אפֿשר פֿריִער װאָלט איך טאַקע אַזױ געטאָן און כ׳װאָלט מכבד געװען דעם ייִדישן לײענער מיט אַ נײַעם ציקל לירישע לידער… דאָס יאָר, אָבער ‒ אַ קרענק… די אַטמאָספֿער פֿון אומרויִקײט, מיט אַ פֿאָרגעפֿיל פֿון אַ בהלה און אַ געפֿאַר, הענגט אין דער לופֿטן, און די דאָזיקע אַטמאָספֿער רוקט אַװעק אין דער זײַט די געגאַרטע כּװנה צו שאַפֿן ליריק. װען איר זאָלט ניט אָנדרייען דעם ראַדיאָ אָדער די טעלעװיזיע, ניט־װילנדיק װאַרט איר אױף אַ, ניט פֿאַר קײנעם געדאַכט, טרױעריקער ידיעה.

דער אַכזריותדיקער פּאַלעסטינער מעסער־טעראָר האָט עובֿר געװען אַלע מאָראַלישע און מלוכישע גרענעצן און איז געװאָרן אַ סכּנה אַפֿילו פֿאַר די אַזױ גערופֿענע „מעסיקע‟ פּאַלעסטינער פּאָליטיקער, װעלכע טײלן צו מיט אַ ברײטער האַנט די נעמען פֿון די טעראָריסטן, די פּלעצער און גאַסן אין די שטעט און דערפֿער פֿון דער פּאַלעסטינער אױטאָנאָמיע. אָבער ניט די ברחמנותדיקע זאָרגן װעגן די אומשולדיקע ציװילע ייִדישע קרבנות צװינגען זײ צו בײַטן די נאַציאָנאַליסטישע פּאָליטישע רעטאָריק אױף אַן אימפּאָטענטישן געשרײ אױף זײערע „הײמיש געבאַקענע דזשיהאַדיסטן‟. ס׳איז געקומען אַזױ װײַט, אַז אַפֿילו דער אױסשפּיר־מיניסטער פֿון דער פּאַלעסטינער אױטאָנאָמיע, הער מאַדזשער פֿאַראַדזש, האָט דאָ אַנומלטן געמאָלדן, אַז זײַן אַמט האָט אין דער לעצטער תּקופֿה אױסגעמיטן 200 אַטענטאַטן קעגן די ישׂראלדיקע בירגער און מ׳האָט אַרעסטירט אַרום 100 פּאָטענציעלע טעראָריסטן.