(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דעם 27סטן יאַנואַר האָט מען אָפּגעמערקט דעם אָנדענק פֿון די חורבן־קורבנות. פֿאַר די לעצטע יאָרן האָט דער טאָג באַקומען אַ סימבאָליש־פּאָליטישן באַטײַט אין רוסלאַנד. דעם 25סטן יאַנואַר האָט זיך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג „חורבן — פֿאַרניכטונג, באַפֿרײַונג, רעטונג‟, אָרגאַניזירט פֿונעם צענטער „חורבן‟, דעם „רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס‟ און דעם אינסטיטוט „די ערלעכע וועלט‟. געעפֿנט די אויסשטעלונג האָט דער ספּיקער פֿונעם פּאַרלאַמענט, סערגיי נאַרישקין. עס ווערן אויסגעשטעלט פֿאָטאָגראַפֿיעס, דאָקומענטן און צייכענונגען. עס ווערט דערציילט, קודם־כּל, וועגן דער ראָלע פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי אין באַפֿרײַען אוישוויץ, ווי אויך אַנדערע לאַגערן.
דעם 27סטן יאַנואַר האָט מען אויף דער טעלעוויזע, אויפֿן קאַנאַל „קולטור‟, דעמאָנסטרירט אַ פֿילם „בונינס אַלייען‟, וואָס דערציילט וועגן דער ראָלע פֿונעם באַרימטן רוסישן שרײַבער איוואַן בונין און זײַן פֿרוי אינעם ראַטעווען עטלעכע ייִדן (דעם שרײַבער אלכּסנדר באַכראַך, און די מוזיקער אַלכּסנדר און סטעפֿאַניע ליבערמאַן), וועלכע האָבן בעת דער מלחמה זיך באַהאַלטן אין זײַן ווילע אין פֿראַנקרײַך. דאָס צווייטע וואָרט אינעם נאָמען פֿונעם פֿילם — „אַלייען‟ — פֿאַררופֿט זיך אויף איינער פֿון בונינס באַרימטסטע דערציילונגען, „טונקלע אַלייען‟. דער רעזשיסאָר איז גריגאָרי אילונגדין; דער פֿילם איז געשטיצט פֿונעם צעטער „חורבן‟ און דעם „רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס‟; מע האָט עס פֿילמירט אין רוסלאַנד, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד און ישראל.
אַ ריי ייִדישע אָרגאַניזאַציעס — דער חב״ד, דער „רוסלענדישער ייִדישער קאָנגרעס‟, די „ייִדישע נאַציאָנאַל־קולטורעלע אויטאָנאָמיע‟, געשטיצט אויך פֿון „יד־ושם‟, דער פֿונדאַציע „גענעזיס‟ און דער מאָסקווער רעגירונג — האָבן זיך פֿאַראייניקט כּדי דורכצופֿירן אָנדענק־צערעמאָניעס בשותּפֿות. אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי וועט מען אָנצינדן יזכּור־ליכט, און אין דעם טעאַטער „געליקאָן־אָפּערע‟ וועט פֿאָרקומען אַן אָוונט לזכר די אומגעקומענע. אין דער חב״ד־שיל אין מאַרייׅנאַ ראָשטשאַ וועט די אָרגאַניזאַציע פֿון געטאָ־אַסירים דורכפֿירן איר קאָנפֿערענץ.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: דעם 24סטן יאַנואַר האָט דער ייִדישער קולטור־צענטער בײַ דער אַמבאַסאַדע פֿון מדינת־ישראל אין מאָסקווע דורכגעפֿירט אַ באַגעגעניש מיטן ישׂראלדיקן דיריגענט, קאָמפּאָזיטאָר און פּיאַניסט בנימין יוסופּאָוו, וואָס האָט שוין פֿריִער דיריגירט באַרימטע אייראָפּעיִשע אָרקעסטערס — אין דער בערלינער פֿילאַרמאָניע, אין לאָנדאָנער „ראָיאַל פֿעסטיוואַל האָל‟ און אַנדערע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.