מיט צען יאָר צוריק האָב איך געשריבן אַן אַרטיקל פֿאַרן זשורנאַל Science in Context. די טעמע איז געווען — יעקבֿ לעשצינסקי, וועמען ס׳איז באַשערט געווען דורכצוגיין עטלעכע פּאַראַלעלע פּראָפֿעסיאָנעלע לעבנס־וועגן. ער איז, בפֿרט, פֿאַרבליבן אַן אָנגעזעענע פֿיגור אין דער געשיכטע פֿון „פֿאָרווערטס‟, האָט אין משך פֿון אַ סך יאָר אָנגעפֿירט מיטן בערלינער ביוראָ פֿון דער צײַטונג.
אָבער דעמאָלט, מיט צען יאָר צוריק, האָב איך אַרײַנגעקוקט אין זײַן אַקאַדעמישער טעטיקייט. ער איז דאָך געווען דער פֿירנדיקער סטאַטיסטיקער און עקאָנאָמיסט פֿון ייִוואָ. טאַקע דעמאָלט האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויפֿן אַרטיקל אין „ניו־יאָרק טײַמס‟, געדרוקט דעם 8טן יאַנואַר 1945 אונטערן קעפּל „6,000,000 ייִדן זײַנען טויט‟. פֿיר חדשים פֿאַרן סוף פֿון דער מלחמה האָט לעשצינסקי, בעת אַ ייִוואָ־קאָנפֿערענץ, אָנגערופֿן אָט די אָפּשאַצונג פֿון די חורבן־פֿאַרלוסטן.
דעם טעקסט אַליין פֿון לעצשינסקיס אַרויסטרעטונג האָב איך ניט געזען, כאָטש כ’האָב פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט, לייענענדיק זײַן אַרכיוון־קאָלעקציע אין ייִוואָ. אַזוי צי אַזוי, האָב איך באַשלאָסן, אַז דאָס איז געווען זײַן אייגענע אָפּשאַצונג. בפֿרט נאָך, אַז דערנאָך האָט ער זי זייער הייס פֿאַרטיידיקט, בפֿרט פֿון די טענות מצד גרעגאָרי פֿרומקין, דעם סטאַטיסטיקער פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס. פֿרומקין האָט געהאַלטן, אַז לעשצינסקי האָט זיך געאײַלט צו ברערנגען אָט די ציפֿער, ווײַל די אמתע צאָל אומגעקומענע ייִדן האָט געקענט זײַן גרעסער אָדער קלענער. איר קענט זיך פֿאָרשטעלן, ווי איך האָב געציטערט צו באַשרײַבן דעם ענין, מע זאָל מיך, חלילה, ניט באַשולדיקן, אַז איך האָב עפּעס ספֿקות וועגן אָט דער אָפּשאַצונג.
עס זײַנען אַדורך יאָרן, און עס האָט זיך אַזוי באַקומען, אַז איך האָב זיך באַטייליקט אין צוגרייטן אַ באַנד, וואָס איז אַרויס אונטערן טיטל Soviet Jews in World War II. צווישן די פֿאָרשונגען, וואָס זײַנען אַרײַן אין דעם בוך, איז דאָ אויך יהושע (Joshua) רובענסטיינס אַרטיקל “Ilʹia Ehrenburg and the Holocaust in the Soviet Press”. צווישן אַנדערע מאַטעריאַלן ברענגט ער דאָרטן זײַן איבערזעצונג פֿון ערענבורגס אַרטיקל, געדרוקט אין דער מאָסקווער „פּראַוודאַ‟ דעם 17טן דעצעמבער 1944. און דאָרט שטייט געשריבן די זעלבע אָפּשאַצונג — זעקס מיליאָן. הייסט עס, אַ פּנים, אַז לעשצינסקי, וואָס האָט תּמיד געלייענט די סאָוועטישע פּרעסע, האָט עס געקענט נעמען פֿון דאָרטן.
ס’איז קלאָר, אַז איליאָ ערענבורג האָט זיך ניט פֿאַרנומען מיט אונטערציילן די צאָל ייִדן, וואָס האָבן ניט איבערגעלעבט דעם חורבן. אים האָט מען עס אונטערגעזאָגט, גלייב איך, אין דעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, בפֿרט נאָך אַז דער קאָמיטעט האָט געהאַט אַזעלכע עקספּערטן. אָבער דווקא מיט ערענגורגס נאָמען איז אַסאָציִיִרט אָט די סאַמע ערשטע באַוווּסטע דערמאָנונג פֿון די זעקס מיליאָן קרבנות.
איליאַ ערענגורג, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין קיִעוו מיט 125 יאָר צוריק, דעם 27סטן יאַנואַר 1891, איז געווען, בלי־ספֿק, איינע פֿון די אינטערעסאַנטסטע פֿיגורן אויף דער קולטורעלער סאָוועטישער לאַנדשאַפֿט. אין 1908 האָט ער פֿאַרלאָזט רוסלאַנד, כּדי אויסצומײַדן פּראָבלעמען, וועלכע עס האָבן זיך געשאַפֿן צוליב זײַנע פֿאַרבינדונגען מיט רעוואָלוציאָנערע קרײַזן. איז ער געוואָרן אַ תּושבֿ פֿון פּאַריז, אַרײַן אין דער באָהעמישער סבֿיבֿה, געוואָרן דאָרטן אַן אייגענער מענטש, זיך געחבֿרט מיט היגע שרײַבער און קינסטלער. די רעוואָלוציע אין רוסלאַנד האָט אים געבראַכט צוריק, אָבער פֿעסט האָט ער זיך באַזעצט אין מאָסקווע נאָר מיטן אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. פֿריִער איז ער געווען אַ סאָוועטישער שרײַבער, אָבער וווינען האָט ער געוווינט, דער עיקר, אין אויסלאַנד. אַ סך צײַט האָט ער פֿאַרבראַכט אין שפּאַניע, ווען דאָרטן האָט זיך צעברענט דער פֿײַער פֿון בירגערקריג.
אַ צאָל ביכער זײַנע, און צענדליקער אַרטיקלען און קורצע דערציילונגען, זײַנען איבערגעזעצט אויף ייִדיש. פֿון זיי וואָלט מען געקענט צונויפֿשטעלן אַן אַנטאָלאָגיע אין עטלעכע בענד. ערענגורג אַליין איז קיין הייסער ייִד ניט געווען, אָבער ווען די מלחמה איז געקומען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט ער זיך ניט אָפּגעזאָגט צו ווערן אַ מיטגליד פֿון דעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, געאַרבעט דאָרטן איבער דעם „שוואַרצן בוך‟, וואָס האָט באַשריבן די פֿאַשיסטישע אַכזריות. בעת דער מלחמה איז ער געווען, אַ פּנים, דער פּאָפּולערסטער סאָוועטישער פּובליציסט. זײַנע אַרטיקלען, געדרוקט אין צענטראַלע סאָוועטישע צײַטונגען, האָבן תּמיד געפֿונען אַן אָפּקלאַנג אין די הערצער פֿון סאָוועטישע מיליטערלײַט.
צום סוף פֿון זײַן לעבן, האָט ער אָנגעשריבן זכרונות, וועלכע זײַנען אַרויס אין דרײַ בענד אונטערן טיטל „מענטשן, יאָרן, לעבן‟. דאָס איז אַ סאַגע פֿון אַ מענטשן, וואָס איז שטענדיק געווען אין דעם סאַמע צענטער פֿון וויכטיקע געשעענישן אין סאָוועטישן און — צו מאָל, אינטערנאַצינאַלן לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.