(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דערבײַ זוכט ער ניט אויס די גרויסע מאָנומענטן און טוריסטישע ערטער, נאָר פֿאַרקערט: ער פֿאָטאָגראַפֿירט שעפּסן, ווילדע פֿעלדער, אָרטיקע געוויקסן און מאכלים (און אַ סך גלעזער ווײַן). ער פֿאַרטיפֿט זיך אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון די פּשוטע מענטשן, וואָס ער באַגעגנט אויפֿן וועג. יעדן טאָג, ווען ער קומט אָן אין אַ נײַ אָרט, דאַרף ער אויסזוכן, ווער עס זאָל אים געבן עסן צו דערהאַלטן דאָס חיות און אַן אָרט, וווּ צו לייגן דעם קאָפּ. ווען ער דערציילט די דאָרפֿסלײַט, אַז ער איז געקומען צו פֿוס אַזש פֿון עטיאָפּיע, גלייבט מען אים ניט. אָבער יעדעס מאָל ווײַזט מען אַרויס דאָס אמתע הכנסת־אורחים, אַזוי ווי מען געפֿינט עס בלויז בײַ פּשוטע מענטשן. (אין אַמעריקע וואָלט ער מסתּמא געדאַרפֿט שלאָפֿן אויף דער גאַס.)
סאַלאָפּעקס קורצער וויזיט אין ישׂראל האָט קענטיק ניט געמאַכט קיין גרויסן רושם אויף אים. זײַן איינציק ווידעאָ פֿונעם הייליקן לאַנד שטעלט פֿאָר די הייל „קפֿזה‟ (קאַפֿזע) אינעם גליל, וווּ די פּאַלעאָנטאָלאָגן האָבן אויסגעגראָבן די ביינער פֿון פֿאַרצײַטיקע מענטשן — פֿון 80־120 טויזנט יאָר צוריק. דערבײַ האָט סאַלאָפּעקן, דער עיקר, פֿאַראינטערעסירט דאָס פּיפּסן פֿון די פֿלעדערמײַז:
Ceremonial Milestone: Africa to the Middle East from Out of Eden Walk on Vimeo.
אין דורכשניט מאַכט ער יעדן טאָג 40,000 טריט, וואָס דאָס איז אַכט מאָל מער ווי דער געוויינטלעכער אַמעריקאַנער. (מיר, ניו־יאָרקער, זײַנען אַ ביסל בעסער אין דעם פּרט.) אָפֿט מאָל פֿרעגט מען סאַלאָפּעקן, צי עס ווערט אים ניט נימאס פֿון גיין און גיין אַזוי כּסדר, טאָג־אײַן טאָג־אויס. זאָגט ער: ניין. פֿאַר אים איז יעדער טראָט אַ ריזיקע, אַן אַוואַנטורע. אַז מע גייט דורך אַ פֿרעמדער לאַנדשאַפֿט, קען מען ניט ווערן פֿאַרחלומט און שלעפֿעריק — מע דאַרף שטענדיק זײַן אויף דער וואַך.
דער אמת איז, אַז וויפֿל מע זאָל ניט באַוווּנדערן סאַלאָפּעקס פֿעסטקײַט און זײַן כּוח אויסצוהאַלטן, דאַרף מען זיך אויך זאָרגן וועגן די סכּנות, אויף וועלכע ער שטעלט זיך אויס. דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק איז געשטאָרבן דער ענגלישער פֿאָרשער הענרי וואָרסלי — כּמעט בײַם סאַמע סוף פֿון זײַן עקספּעדיציע איבער אַנטאַרקטיקע. וואָרסלי האָט געפּרוּווט אַליין אַריבערצוגיין דעם גאַנצן קאָנטינענט — כּמעט 1,600 קילאָמערטער — שלעפּנדיק מיט זיך אַ שליטן מיט אַ פּראָוויאַנט און אַנדערע נייטיקע זאַכן. ער האָט געוואָלט זײַן דער ערשטער מענטש דאָס צו טאָן. אָבער בלויז דרײַסיק מײַל פֿאַרן סוף פֿון זײַן נסיעה, איז וואָרסלי געבליבן אָן כּוחות און איז געוואָרן אַזוי שוואַך, אַז ער האָט צוויי טעג ניט געקענט אַרויסגיין פֿון זײַן געצעלט. ער האָט גערופֿן הילף און אַן עראָפּלאַן האָט אים געבראַכט קיין טשילע — אָבער ער איז שוין געווען שווער קראַנק, און איז געשטאָרבן דאָרט אין שפּיטאָל.
הייסט עס, אַז ס׳איז אפֿשר בעסער אַ מאָל צו געניסן פֿון די מאָדערנע טראַנספּאָרט־מיטלען. פֿון מײַנעט וועגן, וויל איך בעסער דערווײַל ניט זײַן קיין וועלטבירגער און דאָ בלײַבן אין דער היים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.