וואָס שטייט אין מײַן זיידנס בריוו?

What Does My Grandfather's Letter Say?

חנה פּאָלאַק ניצט אַ ספּעציעל פֿאַרגרעסער־גלאָז פֿאַר אַרכיוויסטן, כּדי צו דעשיפֿרירן געוויסע ווערטער
חנה פּאָלאַק ניצט אַ ספּעציעל פֿאַרגרעסער־גלאָז פֿאַר אַרכיוויסטן, כּדי צו דעשיפֿרירן געוויסע ווערטער

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published January 31, 2016, issue of February 19, 2016.
„מע דאַרף זיך צוגעוויינען צו דער פּערזענלעכער האַנטשריפֿט פֿון יעדן מחבר,‟ זאָגט אַרעלע ווישוואַנאַט. דער מחבר פֿון דעם בריוו, למשל, שרײַבט דעם „נ‟ מיט אַן אייגנאַרטיקער צופּוצונג
„מע דאַרף זיך צוגעוויינען צו דער פּערזענלעכער האַנטשריפֿט פֿון יעדן מחבר,‟ זאָגט אַרעלע ווישוואַנאַט. דער מחבר פֿון דעם בריוו, למשל, שרײַבט דעם „נ‟ מיט אַן אייגנאַרטיקער צופּוצונג

אַרום זעקס יאָר צוריק האָט חנה פּאָלאַק, די „פֿאָרווערטס‟־אַרכיוויסטין און אַ פּראָפֿעסיאָנעלע איבערזעצערין פֿון ייִדיש אויף ענגליש, באַקומען פֿון טעקסאַס אַן אַלט ייִדיש פּאָסטקאַרטל, וואָס דער קליִענט האָט לעצטנס געפֿונען, אָנגעשריבן פֿון אַ פֿאַרשטאָרבענעם קרובֿ.

ס׳רובֿ פֿונעם טעקסט איז געווען פֿאַרשטענדלעך ביזן לעצטן זאַץ. חנה האָט זיך באַמיט מיט אַלע כּוחות עס איבערצולייענען און עס אַפֿילו געוויזן צוויי מענטשן, וואָס האָבן געקענט פֿליסיק ייִדיש פֿון דער היים, אָבער קיינער האָט עס נישט געקענט אויספּלאָנטערן. צוויי וואָכן שפּעטער האָט חנה עס איבערגעקוקט מיט פֿרישע אויגן און פּלוצלינג דערקענט, אַז דער מחבר האָט פּשוט געהאַט אָנגעשריבן מיט ייִדישע אותיות דעם ענגלישן זאַץ, Ain’t we got fun!

דאָס קענען איבערלייענען אַ ייִדישן כּתבֿ איז נישט בלויז אַ פֿאַך, נאָר אַ מין קונסט, וואָס ווייניק מענטשן הײַנט באַהערשן עס. אַפֿילו געניטע ייִדיש־רעדער, וואָס נעמען אָן איבערזעץ־פּראָיעקטן, מײַדן אָפֿט מאָל אויס די האַנט־געשריבענע טעקסטן ווײַל עס פֿאָדערט נישט בלויז צײַט און אַ שאַרף אויג, אָבער — ווי חנה זאָגט אַליין — „אַ סך געדולד און בטחון‟.

דער מי איז אָבער כּדאַי, זאָגן די מענטשן, וואָס טוען די אַרבעט. נעמי און שמואל עלבינגער — אַ פּאָרפֿאָלק אין ירושלים, וואָס אַרבעטן צוזאַמען צו דעשיפֿרירן ייִדישע טעקסטן — האָבן נישט איין מאָל אַנטדעקט גאָר אינטערעסאַנטע פּרטים אין די האַנט־געשריבענע מאַטעריאַלן, וואָס מע גיט זיי איבערצוזעצן. „איין קליִענט האָט געפֿונען די זכרונות פֿון זײַן פֿאַרשטאָרבענעם זיידן, באַגראָבן אין אַ געצײַג־קעסטל אינעם זיידנס גאַראַזש אין קאַנאַדע,‟ האָט נעמי געזאָגט. „דער אייניקל האָט באַשלאָסן עס איבערצוזעצן ווי אַ מתּנה דער באָבען. ס׳איז געווען אַ ריזיקע אינוועסטירונג פֿאַר אים, הונדערטער האַנט־געשריבענע זײַטן.‟

ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, איז די העפֿט זכרונות געווען אַ פֿאַרכאַפּנדיקער רעפּאָרטאַזש פֿונעם זיידנס אַנטלויפֿן פֿון פּוילן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. איין זאַך וועגן דעם טעקסט האָט אָבער געשטעלט נעמי אין אַ שטיקל פֿאַרלעגנהייט. צווישן אַלע זײַנע אַווענטורעס, האָט דער זיידע אויך פּרטימדיק באַשריבן זײַנע יוגנטלעכע ליבע־אַפֿערעס. „לייענענדיק די איבערזעצונג האָט מײַן קליִענט זיכער באַקומען אַ נײַע פּערספּעקטיוו פֿונעם זיידן,‟ האָט נעמי געזאָגט. „דאָס האָט ער שוין אַליין געמוזט באַשליסן, צי ער זאָל יענע קאַפּיטלען ׳רעדאַקטירן׳, איידער ער גיט די זכרונות איבער דער באָבען.‟

ס׳רובֿ פֿון די האַנט־געשריבענע ייִדישע מאַטעריאַלן, וואָס מע גיט הײַנט איבערצוזעצן זענען בריוו, פּאָסטקאַרטלעך און טאָגביכער פֿון פֿאַרשטאָרבענע ייִדן, וואָס זייערע אייניקלעך אָדער אור־אייניקלעך האָבן לעצטנס אַנטדעקט, און וואָס זיי האָפֿן, וועט אַנטפּלעקן אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן זייער משפּחה־געשיכטע. איין פֿרוי, וואָס איר באָבע איז געווען די סעקרעטאַרשע פֿון איר לאַנדסמאַנשאַפֿט, האָט איבערגעגעבן חנהן דער באָבעס האַנט־געשריבענעם פּראָטאָקאָל פֿון די זיצונגען, באַגלייט מיט אירע אייגענע קאָמענטאַרן, ווײַל דאָס אייניקל האָט געוואָלט מאַכן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דער באָבען.

פֿון דעסטוועגן, קען די אַרבעט זײַן פֿרוסטרירנדיק, אויב דער כּתבֿ פֿונעם מחבר איז שווער צו לייענען. אַרעלע ווישוואַנאַט, אַ 24־יאָריקער דעשיפֿרירער און איבערזעצער פֿון ייִדישע טעקסטן, האַלט, אַז אויב מע קען אַ וואָרט נישט איבערלייענען, איז בעסער נישט צו בלײַבן שטעקן, נאָר לייענען ווײַטער. „אַ סך מאָל, ווען איך קען אַ וואָרט נישט דעשיפֿרירן, קום איך צוריק נאָך עטלעכע זײַטן, ווײַל דעמאָלט פֿאַרשטיי איך בעסער דעם קאָנטעקסט, איז גרינגער צו דערקענען דאָס וואָרט.‟

דאָס נישט־פֿאַרשטענדלעכע וואָרט קען זײַן פּשוט דער נאָמען פֿון אַ מענטש, אָדער — ווי מיט חנהס קליִענט פֿון טעקסאַס — אַ פֿראַזע טראַנסקריבירט פֿון אַ פֿרעמדער שפּראַך. אַ מאָל איז עס אויך דער אייגנאַרטיקער אופֿן ווי דער מחבר שרײַבט זײַנע אותיות. דער „ק‟ זעט אַמאָל אויס ווי אַ „ך‟, אָדער דער „נון‟ איז געשריבן מיט אַ געוויסער צופּוצונג. „מע דאַרף זיך צוגעווויינען צו דער פּערזענלעכער האַנטשריפֿט פֿון יעדן מחבר,‟ האָט אַרעלע געזאָגט.

עס העלפֿט אויך צו האָבן די ריכטיקע מכשירים. חנה באַניצט זיך מיט אַ ספּעציעלן פֿאַרגרעסער־גלאָז פֿאַר אַרכיוויסטן, פּראָדוצירט פֿון Bausch and Lomb — אַ פֿירמע וואָס מאַכט קאָנטאַקטלינדזן און אַנדערע סחורה צו העלפֿן די ראיה. אַ דאַנק דער דיגיטאַלישער טעכנאָלאָגיע איז הײַנט אַ סך גרינגער ווי אַמאָל, צו לייענען אַ האַנט־געשריבענעם טעקסט. אַנשטאָט די קסעראָקס־קאָפּיעס, וואָס זענען תּמיד געווען שווער צו לייענען (קליִענטן גיבן זעלטן איבער דעם אָריגינאַל), קען דער דעשיפֿרירער הײַנט בעטן דעם קליִענט צו סקאַנירן דעם בריוו אָדער פּאָסטקאַרטל, און עס איבערשיקן דורך בליצפּאָסט. „ווען מע שיקט מיר אַ סקאַן פֿונעם טעקסט, קען איך די אותיות גרעסער מאַכן (zoom in) און אַזוי זע איך זיי אַ סך קלאָרער,‟ האָט חנה געזאָגט.

ווען דער סקאַן איז פֿון אַ הויכער קוואַליטעט, מיט פֿאַרבן, איז נאָך בעסער ווײַל ס׳איז גרינגער צו לייענען אַ דאָקומענט מיט פֿאַרבן, איידער שוואַרץ־און־ווײַס, האָט נעמי געזאָגט.

בײַ אַרעלען איז דאָס לייענען די אַלטע בריוו אויך אַ מיטל צו פֿאַרבעסערן זײַן אייגן לשון. אין אַ ביכל זכרונות, וואָס ער האָט פֿאַראַיאָרן איבערגעזעצט, האָט ער זיך אויסגעלערנט אַ סך מיליטערישע טערמינען, און סתּם אויסדרוקן פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן, ווי, למשל: „דער טעלעפֿאָן־דינסט איז געווען איבערגעשניטן.‟

אָבער בײַ אַלע, איז דאָס שענסטע פֿון אַלץ — די פּערזענלעכע מאָמענטן. אַרעלע האָט דערמאָנט אַ בריוו, וווּ די שוויגער טענהט בײַ דער שנור, פֿאַר וואָס זי האָט זי נישט פֿאַרבעטן אויף עפּעס אַ מסיבה, און חנה האַלט, אַז אַפֿילו אַ טינטפֿלעק אין אַ בריוו האָט אַ געוויסן חן. „אַ טינטפֿלעק איז אַ טײַערע זאַך — האָט זי באַמערקט — ווײַל ס׳איז ממש אַ פֿיזישע פֿאַרבינדונג מיטן גוף פֿונעם מחבר.‟

כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיט דיַ דעשיפֿרירער/איבערזעצער, וואָס ווערן ציטירט אין דעם אַרטיקל, ניצט די ווײַטערדיקע פֿאַרבינדונגען:

חנה פּאָלאַק: iberzetsers@earthlink.net

נעמי און שמואל עלבינגער: //yiddish-translation.com

אַרעלע ווישוואַנאַט: arun.viswanath@post.harvard.edu