איך בין זיכער, אַז איך בין ניט דער איינציקער מענטש אין דער „פֿאָרווערטס‟־סבֿיבֿה, וועלכער האָט געהאַט דעם פֿאַרגעניגן צו לייענען יעקבֿ וויגאָדסקיס „אין שטורם: זכרונות פֿון די אָקופּאַציע־צײַטן‟.
דאָס בוך איז אַרויס אין יאָר 1926 אין באָריס קלעצקינס ווילנער פֿאַרלאַנג. דער מחבר איז געווען אַ באַקאַנטער ווילנער דאָקטער און כּלל־טוער. וויגאָדסקיס געשטאַלט איז פֿאַראייביקט געוואָרן אין דעם אויטאָביאָראַפֿישן ראָמאַן (אויף רוסיש), „דער וועג גייט אין דער ווײַט אַרײַן‟, אָנגעשריבן פֿון זײַן טאָכטער, אַלעקסאַנדראַ בורשטיין. אַ קורצע צײַט, אין 1918 און 1919, האָט וויגאָדסקי אָנגעפֿירט מיטן מיניסטעריום פֿאַר ייִדישע ענינים אין דער ליטווישער רעגירונג, און אין דער צײַט, ווען דאָס בוך איז אַרויס, איז ער געווען אַ דעפּוטאַט אין דעם פּוילישן סיים (פּאַרלאַמענט).
אין דער הקדמה פֿון „שטורם‟ שרײַבט וויגאָדסקי: „ביז צום אָנהייב 1918 האָב איך געשריבן [אין זײַן טאָגבוך] רוסיש. ערשט פֿון דאַן אָן האָב איך אָנגעהויבן שרײַבן ייִדיש.‟ זײַנע זכרונות שפּיגלען אָפּ זייער בולט די לינגוויסטישע שינוי, וואָס איז פֿאָרגעקומען בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. דאָס איז דאָך אַ מאָדנער פּאַראַדאָקס, בפֿרט ווען מע קוקט אויף דעם, האַלטנדיק אין זינען דעם חורבן: די דײַטשישע אָקופּאַציע האָט סטימולירט די אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש אין מיזרח־אייראָפּע. פּינקטלעכער צו זאָגן: אין יענע יאָרן איז אויפֿגעהויבן געוואָרן דער סטאַטוס פֿון דער שפּראַך דווקא אין די געגנטן, וועלכע זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון דער דײַטשישער אַרמיי. גלײַכצײַטיק, איז אין צאַרישן רוסלאַנד דער מצבֿ פֿאַר ייִדיש ערגער געוואָרן, ווײַל די מיליטערישע צענזור האָט כּמעט אין גאַנצן דערקוועטשט אַלע מינים פֿאַרלעגערישער טעטיקייט אויף ייִדיש (ווי אויך העברעיִש).
אין רוסלאַנד האָט מען, בכלל, אויף ייִדן געקוקט מיט חשד, געהאַלטן אַז זיי זײַנען געווען פּראָ־דײַטשיש געשטימט. ס׳איז שווער צו זאָגן, אויף וויפֿל באַרעכטיקט די דאָזיקע טענות זײַנען געווען. עפּעס אַ טייל ייִדן האָבן, בלי־ספֿק, געהאַלטן אַזוי, ווי עס האָט אין יענע יאָרן געהאַלטן, אַ שטייגער, דער „פֿאָרווערטס‟: אַז די „ציוויליזירטע‟ דײַטשן וועלן ברענגען אַ פֿאַרבעסערונג אין דעם ייִדישן לעבן. גלײַכצײַטיק, זענען אַ סך לײַט, בפֿרט פֿון די פֿאַרמעגלעכע און געבילדעטע שיכטן פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון רוסלאַנד, געווען באמת פּאַטריאָטיש געשטימט. די דאָזיקע רוסיש־פּאַטריאָטישע שטימונג האָט זיי געטריבן מיזרח־צו, אין די געגנטן, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן אונטער דעם רוסישן קאָנטראָל. איך רעד דאָ וועגן דער פֿרײַוויליקער עוואַקואַציע און ניט וועגן דער בגוואַלדיקער אַרויסטרײַבונג פֿון ייִדן, וואָס די רוסישע אַרמיי האָט פּראַקטיצירט אין יענער צײַט.
דער סוף איז געווען, אַז אין ווילנע, אַ שטייגער, זײַנען פֿאַרבליבן אַ סך ווייניקער אַסימילירטע, רוסיש־רעדנדיקע ייִדן. דערצו האָבן די דײַטשן ניט דערלויבט צו האַלטן אָפֿן די ייִדישע לערן־אינסטיטוציעס, וואָס האָבן געפֿירט זייער אַרבעט אויף רוסיש. און צו ייִדיש האָט די דײַטשישע אַדמיניסטראַציע זיך באַצויגן דווקא ניט שלעכט. צווישן די אָנגעשטעלטע אין דער דײַטשישער אַדמיניסטראַציע זײַנען געווען אויך עטלעכע ייִדישע אָפֿיצירן, וועלכע מע האָט געמאַכט פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער אַרבעט צווישן די ייִדן אין די אָקופּירטע געגנטן. די דאָזיקע אָפֿיצירן, וואָס זײַנען צו מאָל געווען ראָמאַנטיש געשטימט צו דער „עכטער ייִדישקייט‟ פֿון מיזרח־אייראָפּע, האָבן אונטערגעהאַלטן כּלערליי קולטור־איניציאַטיוון.
למשל, אַ דאַנק זייער שטיצע, האָט זיך אויף די פֿיס געשטעלט די „ווילנער טרופּע‟, וואָס האָט געוויזן אירע ערשטע פֿאָרשטעלונגען מיט הונדערט יאָר צוריק, אין פֿעברואַר 1916. די דאָזיקע — תּחילת אַמאַטאָרישע — טעאַטראַלע גרופּע האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. זי האָט געשטעלט פֿאַר זיך — און דערגרייכט — דעם ציל צו ווײַזן, אַז אויף ייִדיש קען מען שפּילן ניט נאָר שונד, נאָר אויך ווערק פֿון אַ הויכן קינסטלערישן קאַליבער, אַזעלכע וואָס האָבן געקענט צוציִען אויך אַן אינטעליגענטן, אייראָפּעיִש דערצויגענעם צוקוקער.
די קולטור־געשעענישן פֿון דער מלחמה־צײַט האָבן געביטן די שפּראַך־סיטואַציע. אַב. קאַהאַן, דער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס‟, האָט עס גלײַך באַמערקט, ווען ער האָט אין יאָר 1919 באַזוכט ווילנע, די שטאָט פֿון זײַנע קינדער־יאָרן און יונגט. ער האָט געשריבן אין „פֿאָרווערטס‟, אַז ייִדיש איז, צו זײַן פֿאַרוווּנדערונג, געוואָרן די שפּראַך אויך פֿון די היגע ייִדישע אינטעליגענטע קרײַזן, וועלכע האָבן אַ מאָל גערעדט רוסיש (קאַהאַן אַליין האָט באַקומען אַ רוסישע בילדונג).
אין יאָר 1916, אויך אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע, איז אין וואַרשע געשאַפֿן געוואָרן דער פֿאַראיין פֿון ייִדישע ליטעראַטן און זשורנאַליסטן. ביז סעפּטעמבער 1939 האָט די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין דעם ייִדישן ליטעראַרישן לעבן ניט בלויז פֿון דער פּוילישער הויפּטשטאָט, נאָר אויך אין דעם גאַנצן צווישן־מלחמהדיקן „ייִדיש־לאַנד‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.