(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַחוץ זײַן אוניקאַלן קלאַנג און די צעדרייטע ריטעמס, וואָס האָבן געמאַכט זײַן מוזיק פּאָפּולער, איז B.o.B שוין פֿון לאַנג באַקאַנט פֿאַר זײַן נטיה צו גלייבן אין קאָנספּיראַציעס. דער „רעפּער‟ האָט פֿריִער אין זײַנע לידער דערקלערט, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט בסוד דורכגעפֿירט די אַטאַקן פֿונעם 11טן סעפּטעמבער; אַז אַ גרויסע גרופּע מענטשן, וואָס הייסט די „אילומינאַטי‟ פֿירט אָן מיט דער וועלט און אַז די זעלביקע מענטשן, צוזאַמען מיט די מאַסאָנען, וועלן אין גיכן פּטור ווערן פֿון אַלע מלוכות אויף דער וועלט, כּדי צו שאַפֿן פֿון זיי איין דיספּאָטיש לאַנד. וועגן דעם חורבן, אָבער, האָט ער קיינמאָל פֿריִער ניט גערעדט.
ווי אַזוי קומט עס, אַז אַ ליד, וואָס ער האָט געשאַפֿן, כּדי צו באַליידיקן ד״ר ניל דעגראַס טײַסאָן און צו איבערצײַגן דעם ברייטערן עולם, אַז די וועלט איז טאַקע פֿלאַך, זאָל אָפּלייקענען דעם חורבן? קודם דאַרף מען דערמאָנען, אַז עס גייט די רייד וועגן אַ פּאַרשוין, בײַ וועמען אַלצדינג איז אַ קאָנספּיראַציע. פֿאַר אים זענען די צוויי זאַכן דאָך פֿאַרבונדן: די זעלביקע בייזע כּוחות, וואָס וואַרפֿן אַ שרעק אויף דער מענטשהייט מיט זייערע „ליגנס‟ וועגן דעם פֿאָרעם פֿון דער ערד האָבן אויך אויסגעטראַכט דעם חורבן, כּדי צו שאַפֿן אַ ביטול קעגן היטלערן. דאָס אַלץ האָט ער ניט בוכשטעבלעך דערקלערט אינעם ליד, אָבער אַז מע לייענט דורך די משוגעתן, וואָס ער האָט געשריבן אויף „טוויטער‟ קומען זיך צונויף די דאָזיקע מיינונגען.
אינעם ליד קעגן ד״ר טײַסאָן אַליין גראַמט ער, „פֿאָרשט אויס דייוויד אירווינג/ סטאַלין איז געווען אַ סך ערגער פֿון היטלערן/ דערפֿאַר דאַרף דער פּרעזידענט טראָגן אַ יאַרמלקע‟. אירווינג, דער טרויעריק־באַרימטער „היסטאָריקער‟ פֿון די חורבן־אָפּלייקענער, איז אַן אַנטיסעמיט, וואָס צעדרייט די געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, כּדי צו פֿאַרטיידיקן דעם שם פֿון היטלערן. אירווינג איז באַקאַנט געוואָרן נאָך דעם, וואָס ער האָט אָנגעקלאָגט די ייִדישע היסטאָריקערין דבֿורה ליפּשטאַדט אין געריכט ווײַל ליפּשטאַדט האָט באַשריבן אַ פּראָפֿיל פֿון אים אין איר בוך וועגן די מענטשן, וואָס לייקענען אָפּ דעם חורבן. אַן ענגלישער געריכט האָט אים באַשטראָפֿט פֿאַרן זאָגן ליגנס בשעתן פּראָצעס און דער ריכטער האָט געפּסקנט, אַז אירווינגס גאַנצן צוגאַנג צו דער געשיכטע איז אַ פֿאַלשער.
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די מעדיאַס צעפּויקן B.o.B׳ס ליד שאַפֿט אַ סך פּירסום פֿאַר אירווינג און זײַן „פֿאָרשונג‟, האָט כּמעט קיינער ניט פֿאַרדאַמט, צי אַפֿילו דערמאָנט, דעם „רעפּערס‟ חורבן־אָפּלייקענערײַ. אויף דער טעלעוויזיע דיסקוטירט מען דעם ענין ווי אַ קאָמישע זאַך ווײַל ס׳רובֿ מענטשן קענען פּשוט ניט גלייבן, אַז ס׳זענען פֿאַראַן מענטשן אינעם 21סטן יאָרהונדערט, וואָס גלייבן, אַז די וועלט איז פֿלאַך. דעם זינגערס מער־געפֿערלעכע מיינונגען וועגן דעם חורבן, וואָס זענען, ליידער, אַ סך מער פֿאַרשפּרייט, רירט די מעדיאַ בכלל ניט אָן. אַפֿילו די צײַטונגען און זשורנאַלן, וואָס שטעלן אַרויף דאָס גאַנצע ליד אויף זייערע וועבזײַטן, דערקלערן ניט, ווער עס איז דייוויד אירווינג און פֿאַר וואָס מע זאָל אים ניט גלייבן. די „אַנטי־דעפֿימאַציע־ליגע‟ האָט דאָס ליד אַוודאַי פֿאַרדאַמט און אַ פּאָר ייִדישע פּובליקאַציעס האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט באַריכטן וועגן דעם. אָבער קיין ברייטערע דיסקוסיע, קיין פֿאַרדאַמונגען הערט מען ניט.
דאָס ניט פֿאַרשטיין די וויסנשאַפֿט איז יאָ געפֿערלעך, אָבער אין דעם פֿאַל איז עס אַ סך ווייניקער געפֿערלעך ווי דאָס אָפּלייקענען די געשיכטע. די וועלט וועט בלײַבן קײַלעכדיק און די גראַוויטאַציע וועט ניט אויפֿהערן צו ווירקן אויף אונדז אויב איין צעדרייטער פּאַרשוין מיט צוויי מיליאָן נאָכפֿאָלגער אויף „טוויטער‟ זאָגט אַז די ערד איז פֿלאַך. ס׳איז פֿאַקטיש מער פֿון אַן אַבסורדיטעט איידער אַ געפֿאַר. אָבער אויב נאָך מענטשן הייבן אָן ניט צו גלייבן אין דער היסטאָרישער ווירקלעכקייט פֿונעם חורבן, וועט עס יאָ האָבן בולטע קאָנסעקווענצן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.