(די 2 טע זײַט פֿון 2)
איינע פֿון די אינטערוויויִרטע אינעם ווידעאָ־רעפּאָרטאַזש, ד״ר העלאַ ווינסטאָן, איז באַקאַנט ווי אַ קעמפֿערין קעגן די סעקסועלע באַלעסטיקונגען אין די חסידישע קהילות און אַ פֿאָרשערין פֿון געהיימע אויפֿשטענדלערישע שטראָמען צווישן די חסידים, וואָס זענען נישט צופֿרידן מיט זייערע קהילות. אַן אַנדער אויסגעפֿרעגטער, הרבֿ מאיר שילער, אַ מגיד־שיעור אין דער מיטלשול בײַם ישיבֿה־אוניווערסיטעט, באַווײַזט זיך אין דאַומס דערמאָנטן פֿילם „אַ באַזונדער לעבן‟, וווּ ער דערציילט וועגן דעם לעבן אינעם חסידישן שטעטל ניו־סקווער.
הגם הרבֿ שילער באַציט זיך קריטיש צום נידעריקן בילדונג־ניוואָ אין די ישיבֿות און האָפֿט צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ, איז ער אַליין אַ קאָנטראָווערסאַלע פֿיגור אין דער פֿרומער וועלט. שילער איז אַן אויסגעשפּראָכענער ראַסיסט, באַטייליקט אין אַ צאָל עקסטרעם־רעכטע און אַפֿילו אַנטיסעמיטישע אָרגאַניזאַציעס. אינעם נײַעם רעפּאָרטאַזש רעדט ער בלויז וועגן גאַנץ נייטראַלע בילדונג־ענינים. אינעם דאָזיקן געביט פֿאַרנעמט ער אַ מעסיקע פּאָזיציע און קאָמבינירט זײַן פּערזענלעכן חסידישן דרך, וועלכן ער האָט אַליין אויסגעקליבן, זײַענדיק אַ בעל־תּשובֿה, מיטן מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן פּאָזיטיוון צוגאַנג צו וועלטלעכע שטודיעס.
יואל פֿאַלקאָוויטש, אַ חסידישער יונגערמאַן, באַמערקט אינעם רעפּאָרטאַזש, אַז אַ סך משפּחות האָבן מורא צו קריטיקירן זייערע קהילות, כּדי נישט צו פֿאַרלירן זייער רעפּוטאַציע. ער אַליין גלייבט אָבער, אַז די חסידים דאַרפֿן אָפֿן באַהאַנדלען זייערע קהילה־פּראָבלעמען און זיך נישט שעמען זיי צו קריטיקירן בפֿרהסיא.
נישט לאַנג צוריק, האָבן אַ צאָל פֿרומע עלטערן אין ראָקלאַנד־קאַונטי אָנגעהויבן אַ מישפּט־פּראָצעס קעגן אַ גאַנצער ריי ישיבֿות, ווי אויך קעגן דעם דעפּאַרטאַמענט פֿון בילדונג, וואָס פֿאַרזעט, לויט זייער מיינונג, די בילדונג־פּראָבלעמען אין די ישיבֿות. דערווײַל איז אָבער נישט קלאָר, צי אַזעלכע אַקציעס אָדער ווידעאָ־רעפּאָרטאַזשן אויף דער דאָזיקער טעמע וועלן קאָנען בײַטן דעם מצבֿ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.