דעם 31סטן יאַנואַר איז אויפֿן טעלעוויזיע־קאַנאַל PBS דערשינען אַ רעפּאָרטאַזש פֿונעם קינאָ־רעזשיסאָר מנחם דאַום וועגן דעם צווייפֿלהאַפֿטיקן מצבֿ פֿון וועלטלעכע לימודים אין די אַמעריקאַנער חרדישע און חסידישע ישיבֿות.
די קריטיקער טענהן, אַז הגם די ישיבֿות מוזן פֿאָלגן די מלוכישע נאָרמעס און באַקומען ממשותדיקע סומעס געלט פֿון דער רעגירונג פֿאַר וועלטלעכע בילדונג־פּראָגראַמען, פֿאָקוסירן זיי זיך, למעשׂה, בלויז אויף לימודי־קודש. ווי אַ רעזולטאַט, ווערט די רעגירונג־שטיצע געפּטרט אויף צווייפֿלהאַפֿטיקע צוועקן, און די ישיבֿה־תּלמידים מוזן לעבן אויפֿן חשבון פֿון מלוכישע סובסידיעס, ווײַל צוליב דער שוואַכער בילדונג קאָנען זיי נישט געפֿינען קיין אַרבעט.
מנחם דאַום, אַ פֿרומער דאָקטער, וועלכער וווינט אין באָראָ־פּאַרק צווישן די חסידים, איז באַקאַנט מיט זײַן דאָקומענטאַר וועגן דעם חסידישן לעבן אין אַמעריקע, „אַ באַזונדער לעבן‟ (A Life Apart), וועלכן ער האָט געשאַפֿן בשותּפֿות מיטן רעזשיסאָר אורן רודאַווסקי אינעם יאָר 1997. דער דאַקומענטאַר ווערט באַגלייט מיט די קולות פֿון צוויי באַקאַנטע אַקטיאָרן, לענאַרד נימוי און שׂרה דזשעסיקאַ פּאַרקער, וועלכע דערציילן מיט סימפּאַטיע וועגן דעם חסידישן לעבנס־שטייגער.
שפּעטער האָט דאַום אָנגעהויבן זיך באַציִען מער קריטיש צו די פֿרומע קהילות, וואָס לײַדן פֿון פֿאַרשיידענע אינערלעכע פּראָבלעמען, אַרײַנגערעכט, לויט געוויסע קריטיקער, קאָרופּציע און שוואַכע בילדונג. אינעם טעלעוויזיע־רעפּאָרטאַזש טענהט נאָרמאַן סיגאַל, אַ געוועזענער דירעקטאָר פֿונעם ניו־יאָרקער פֿאַראיין פֿאַר ציווילע רעכט, אַז די ניו־יאָרקער פּאָליטיקער פֿאַרקוקן כּסדר די קאָנטראָווערסאַלע מעשׂים, וואָס קומען פֿאָר אין דער פֿרומער וועלט, ווײַל די חסידים שטימען ווי איין בלאָק און באַזאָרגן זיי מיט אַ נישקשהדיקער צאָל וויילער.
אַ טייל חסידישע עלטערן זענען אויך נישט צופֿרידן מיט דער בילדונג־סיסטעם אין זייערע קהילות. דער שׂכר־לימוד אין ישיבֿות איז זייער הויך. עס באַקומט זיך, אַז די אָרעמע טאַטע־מאַמעס מוזן פּטרן גרויסע געלטער אויף צווייפֿלהאַפֿטיקע שול־פּראָגראַמען פֿון זייערע זין. להיפּוך צו די ייִנגלעך, באַקומען די חרדישע מיידלעך אַ בעסערע וועלטלעכע בילדונג, הגם אָפֿטמאָל איז עס אויך ווײַט נישט פֿויגלדיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.