נײַע עולים קיין מדינת־ישׂראל האָבן זיך די וואָך אויפֿגערעגט נאָך דעם וואָס עס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אָ ריי פֿאָרשונגען, וואָס ווײַזן, אַז עס איז געוואָרן אוממעגלעך פֿאַר 80% פֿון ישׂראלים צו פֿאַרבעסערן זייער עקאָנאָמישן מצבֿ אָן הילף פֿון די עלטערן.
די פֿאָרשונגען זײַנען פּובליקירט געוואָרן פֿונעם „טאַוב־צענטער פֿאַר שטודיעס וועגן געזעלשאַפֿט־פּאָליטיק‟ בײַם „דזשוינט‟. די פֿאָרשונגען שטימען מיט מײַן דערפֿאַרונג ווי אַ נײַע עולה און איך וואָלט צוגעגעבן, אַז דער מצבֿ איז נאָך ערגער בײַ די אַמעריקאַנער עולים, וואָס לײַדן פֿון אַ ריי געזעצן און תּקנות, וואָס מאַכן עס נאָך שווערער צו פֿאַרדינען אַ שטיקל פּרנסה.
לויט די פֿאָרשונגען מוז מען אָדער זײַן צווישן די העכסטע 20% פֿון פֿאַרדינערס אין ישׂראל, אָדער האָבן גרויסע פֿאַרמעגנס פֿון פֿריִער, כּדי צו קויפֿן אַ דירה אין מדינת־ישׂראל. מען רעכנט אַז אַ משפּחה דאַרף אָנזאַמלען 400,000 שקלים, כּדי צו קריגן אַ הלוואה אויף אַפֿילו אַ ביליקער דירה. (דער פּראָצענט פֿונעם פּרײַז, וואָס מען דאַרף קענען באַצאָלן אין פֿאַרויס איז אַ סך העכער אין ישׂראל ווי אין אַמעריקע — צווישן 25 און 33 פּראָצענט). אַ דורכשניטלעכער געהאַלט אין ישׂראל איז ווייניקער ווי 10,000 שקלים אַ חודש און ישׂראלים באַצאָלן אַ העלפֿט פֿונעם געהאַלט אויף דירה־געלט.
די פֿאָרשער, גלעד בראַנד און איתּן רגבֿ, האָבן אויסגערעכנט דרײַ סיבות פֿאַרוואָס ס׳איז אַזוי שווער צו שפּאָרן געלט אין ישׂראל. קודם־כּל זײַנען די פּרײַזן העכער ווי אין אַלע אַנדערע אַנטוויקלטע לענדער אַחוץ יאַפּאַן, אין פֿאַרגלײַך מיט די געהאַלטן. צווייטנס, איז די פּראָדוקטיווקײט פֿון ישׂראלדיקע אַרבעטערס זייער נידעריק אַחוץ אין הײַ־טעק, און ס׳איז געבליבן אַזוי שוין 25 יאָר. דריטנס, זײַנען די ישׂראלדיקע געהאַלטן במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 10 יאָר געבליבן די זעלבע. דער רעזולטאַט איז נישט נאָר, אַז משפּחות קענען נישט קויפֿן קיין שטוב, נאָר אַז זייערע אַלגעמיינע חובֿות מיט די באַנקען זײַנען געוואָרן העכער מיט דער צײַט. די לייזונג פֿאָרגעלייגט פֿון די פֿאָרשער איז, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג זאָל אָפּשאַפֿן די פּאָליטיק פֿון שטיצן די ישׂראלדיקע מאָנאָפּאָלן און אָליגאָפּאָלן אויפֿן חשבון פֿונעם קאָנסומענט, ספּעציעל אינעם מאַרק פֿון שפּײַז.
רגבֿ און בראַנד האָבן געוואָרנט, אַז נײַע עולים זאָלן קומען קיין ישׂראל מיט אַ פּלאַן, וואָס נעמט אין באַטראַכט ווי שווער ס׳איז צו קריגן גוטע פּרנסה אָן הילף פֿון רײַכע עלטערן, אָבער אין דער אמתן, האָבן זיי נישט טאַקע פֿאַרשטאַנען אַלע מניעות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.