דער באַליבטער בדחן אליקום צונזער

The Beloved Badchan, Eliokum Zunser


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published February 05, 2016, issue of March 04, 2016.

אין סאָכע,
ליגט די מזל־ברכה,
דער וואַרער גליק פֿון לעבן,
קיין זאַך מיר ניט פֿעלט!
(פֿונעם ליד „די סאָכע”)

ווען איליקום צונזער איז געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 1913 האָט מען אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ געדרוקט אַ נעקראָלאָג מיטן קאָפּ „ייִדישער פּאָעט שטאַרבט — טויזנטער טרויערן. מער ווי זעכציק יאָר האָט ער געשריבן לידער פֿאַר זײַן פֿאָלק‟. ווײַטער דערציילט מען, אַז ער איז ער געשטאָרבן צו 77 יאָר אין דער היים, 171 איסט בראָדוויי. אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע האָט ער אָנגעשריבן אַ צאָל פֿאַרכאַפּנדיקע פּרטים, וואָס מע וועט דאַרפֿן לאָזן פֿאַר אַן אַנדער געלעגנהייט.

ער איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע אין 1836 מיטן נאָמען אליקום צונזער, אָבער אומעטום איז ער געוואָרן באַקאַנט ווי אליקום בדחן. ביז דעמאָלט האָט אַ בדחן געוויינטלעך זיך אויפֿגעפֿירט ווי אַ לץ אָדער פּאַיאַץ: זיך אָנגעטאָן ווי אַ בער, למשל, און געמאַכט קאָזשעלקעס. צונזער האָט געבראַכט פּרעסטיזש צו דער אַרבעט מיט ערנסטע לידער וועגן דעם ייִד און זײַן גורל, וועגן מאָראַלישע ענינים, וועגן נאַציאָנאַלע טעמעס. דאָס פֿריִער דערמאָנטע ליד, „די סאָכע‟ האָט געמוטיקט דעם ייִדן זיך צו פֿאַרנעמען מיט ערדאַרבעט מיט אַ ציוניסטישן ציל. צו יענער צײַט, בײַם סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, האָט מען געהאָפֿט, אַז די ערדאַרבעט און ציוניזם וועלן לייזן די אַזוי־גערופֿענע „ייִדן־פּראָבלעם”, מע זאָל מער נישט וויסן פֿון קיין בטלנים און לופֿטמענטשן אין דער געזעלשאַפֿט.

צונזער האָט אויך מיטגעמאַכט די יאָרן פֿון די פּאָגראָמען אין די 1880ער יאָרן, און געזען ווי ייִדישע ראַדיקאַלן און אַסימילאַטאָרן, וועלכע האָבן פֿריִער מער ליב געהאַט די נישט־ייִדישע רוסיש־שפּראַכיקע סבֿיבֿה, זענען געוואָרן מער נאַציאָנאַל־געשטימט, און געשטרעבט צו פֿאַרענטפֿערן די פּאָליטישע פּראָבלעמען פֿון די ייִדן מיט באַוועגונגען אײַנגעוואָרצלט אין דער ייִדישער געשיכטע. אין זײַן ליד „דער אַריסטאָקראַט‟, באַרירט ער דעם איבערגאַנג:

פֿיל דאַנק איך און לויב גאָטעס נאָמען,
וואָס ער האָט מיר די אויגן אויפֿגעמאַכט,
האָט געשיקט אויף מײַן שטעטל פּאָגראָמען,
דאָס האָט מיך פֿון חלום ערוואַכט;

איך האָב אָפּגעלעבט אַ לעבן אין טומל,
געזוכט פֿרײַנד פֿון פֿרעמדע נאַציאָנען,
מײַנע ברידער פֿאַרהאַסט און פֿאַרראַכט,
לסוף האָט מען מיר ניט געוואָלט קאָנען,
אין די אויגן וואַר איך אויסגעלאַכט.

אַז מע פֿאַרגלײַכט די באַקאַנטסטע פֿאָלקספּאָעטן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, זעט מען, אַז זיי זענען אַלע געווען גאַנץ אַנדערש איינער פֿונעם אַנדערן. וועלוול זבאַרזשער האָט געשריבן שטאַרק איראָנישע לידער קעגן די חסידים און זייערע רביים; בערל בראָדער מיט זײַן נוסח „איך אָרעמער ___‟ האָט באַשריבן דעם ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר און זײַנע צרות. מיכל גאָרדאָן האָט געשריבן אַזוינע לידער ווי „די באָרד‟ און „די משקה‟: מיט הומאָר, אָבער אָן דעם סאַרקאַזם פֿון זבאַרזשערן.

צונזער איז געווען דער נאַציאָנאַלער ייִד צווישן די אַנדערע. ער האָט געשריבן מאָראַלישע לידער פֿון אַ טיף טראַדיציאָנעלער פּערספּעקטיוו. איז נישט קיין וווּנדער וואָס די ישיבֿה־בחורים אין די שטרענגע ליטווישע מוסר־ישיבֿות האָבן געזונגען זײַנע לידער. „דאָס ליד פֿון אײַזנבאַן‟ קען מען נאָך געפֿינען ווי אַן אַנאָנימע שאַפֿונג אין הײַנטיקע חסידישע לידער־זאַמלונגען ווי „השיר והשבֿח”.

אַ גאַנצע וועלט מיט אײַזנבאַנען איז אין אונדזער צײַט געוואָרן.
וועלכע פֿירן פּאַסאַזשירן, אָרעם און רײַך.
לויפֿט זען דעם חידוש, נאָר האָט בזכּרון,
אַז דאָס איז אַ משל פּונקט קעגן אײַך.

צונזער האָט פֿאַרדינט זײַן פּרנסה ווי אַ בדחן, להיפּוך צו די אַנדערע דערמאָנטע פֿאָלקספּאָעטן. אַ גוטער בדחן האָט געקענט אימפּראָוויזירן, אויסטראַכטן „שטיי־גראַמען” אויפֿן אָרט אין וועלכע ער וואָלט אַרײַנגעפֿלאָכטן אין איין גראַם די נעמען פֿון חתן־כּלה און מחותּנים, די סדרה פֿון דער וואָך, און אַפֿילו די וועלט־פּאָליטיק. צונזער איז געווען אַנדערש און איז געקומען צו דער חתונה מיט זײַן ביכל און געזונגען זײַנע פֿאַרטיקע לידער, און מענטשן זענען אייגנס געקומען אים צו זען און צו הערן. דער שרײַבער ג. זעליקאָוויטש האָט געשריבן, אַז צונזער האָט געהאַט נאָר איין קאָנקורענט — אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען.

„דער זינגער פֿון ייִדישן פֿאָלק‟ איז געקומען קיין אַמעריקע און אויפֿגעשטעלט אַ דרוקערײַ, כאָטש ער איז מיט דער צײַט בלינד געוואָרן. מע קען לייענען אַ סך זכרנות וועגן צונזערן אויף דער עלטער אויף דער איסט־סײַד פֿול מיט רחמנות צום דיכטער, אָבער ער איז נישט געזעסן מיט ליידיקע הענט; גאָר פֿײַנע לידער האָט ער אָנגעשריבן אינעם גאָלדענעם לאַנד און ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אַמעריקע האָט מיליאָניען ייִדן געהאָלפֿן אַנטלויפֿן פֿון אַ ביטערן לעבן.

איין יאָר לויפֿט אַריבער,
זעט, דער מענטש פֿאַרדינט!
ליווערט באַלד שוין איבער
אין ניו־יאָרק זײַן געזונט.
טאַלאַנטן באַלד געגעבן,
זיי מאַכן שוין די נויט ניט אָן.
צווישן אַ וועלט מענטשן
הערט מען זיי אויך בענטשן
קאָלומבוס און וואַשינגטאָן.
(„קאָלומבוס און וואַשינגטאָן”)

אליקום צונזער וועט בלײַבן אינעם פּאַנטעאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווײַל אין זײַן שאַפֿונג דריקט ער אויס די עכטע צײַטגײַסט פֿון די רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן פֿונעם סוף־19טן יאָרהונדערט. מע קען הערן ווי נתן ענטין זינגט צונזערס „דאָס ליד פֿון אײַזנבאַן‟: