אַ ייִדישער דיעטע־ספֿר אויף פּויליש, נאָך 400 יאָר

Yiddish Diet Book in Polish, After 400 Years


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published February 05, 2016, issue of March 04, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

געלער באַטראַכט אויך דעם געזעלשאַפֿטלעכן מצבֿ פֿון דער סבֿיבֿה, וווּ דער ספֿר „דרך עץ החיים‟ איז אָנגעשריבן געוואָרן, בײַם סוף פֿון דער „גאָלדענע תּקופֿה‟ פֿאַר די פּוילישע ייִדן. די ייִדישע קהילה אין פּוילן האָט דעמאָלט געבליט און זיך געפֿונען אין וואַרעמע באַציִונגען מיט דער מלוכה און דער קריסטלעכער באַפֿעלקערונג. אין אַ גרויסער מאָס, זענען ייִדן דעמאָלט געווען גוט אינטעגרירט אין דער אַלגעמיינער פּוילישער געזעלשאַפֿט.

בלויז איין פּרק אינעם ספֿר, וועגן אַן אַרבעס־זופּ, אַנטהאַלט אַ געהעריקן רעצעפּט. פֿאַרוואָס קאָן אַזאַ ספֿר פֿון פֿאָלקס־רפֿואות באַטראַכט ווערן ווי אַ קולינאַריש בוך? אין אַ געוויסן זין, קאָן מען עס פֿאַרשטיין. געלער דערקלערט, אַז „דרך עץ החיים‟ געהערט צו אַ געוויסן פּאָפּולערן אייראָפּעיִשן זשאַנער, וואָס האָט אַ שײַכות צו דער מיטל־עלטערלעכער לאַטײַנישער פּאָעמע Regimen sanitatis Salernitanum, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן היגיענע און דיעטע. ס׳רובֿ פֿון די 87 עצות אינעם ספֿר האָבן צו טאָן מיט דיעטישע ענינים, וואָס קאָנען, אין פּרינציפּ, אַפֿילו אויסגענוצט ווערן פֿאַר הײַנטצײַטיקע שפּײַז־עקספּערימענטן. אַ גאַנצע סעריע פּרקים איז געווידמעט אויך אַזעלכע פּראַקטישע פֿראַגעס, ווי די קולטור פֿונעם אַלקאָהאָל־באַנוץ. דער מחבר דערקלערט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, ווי אַזוי אויסצומײַדן קאַצן־יאָמער און שיכּרות, און באַקלאָגט זיך, אַז בײַ די פּוילישע ייִדן אין זײַן צײַט איז עס געווען אַ פֿאַרשפּרייטע פּראָבלעם.

פֿאַר די פּוילישע לייענער קאָן זײַן אינטערעסאַנט, אַז דער מחבר פֿונעם ספֿר „דרך עץ החיים‟ באַנוצט זיך כּסדר מיט באַקאַנטע סלאַווישע ווערטער פֿון פֿאַרשיידענע געוויקסן און פֿאַררופֿט זיך אויף די רעאַליעס פֿונעם אַרומיקן לעבן. ער דערמאָנט „אוגערקעס‟, „וואָדקע‟, „ראָזשינקעס‟, „באָבקעס‟ און צענדליקער אַנדערע ווערטער, וואָס זענען אײַנגעבירגערט אין דער הײַנטיקער ייִדישער שפּראַך, אָבער טרעפֿן זיך נישט אין דער עלטערער מערבֿדיקער ליטעראַטור. דאָס ווערק איז אָנגעשריבן אין אַ כּמו־וועלטלעכן סטיל. דער דאָקטער דערמאָנט כּמעט קיינמאָל נישט ייִדן און הלכה־ענינים, דערפֿאַר לייענט זיך זײַן בוך אויף פּויליש ווי אַ זאַלמונג פֿון אַלגעמיינע עצות. אינעם ייִדישן אָריגינאַל דערמאָנט ער אָבער כּסדר פֿאַרשיידענע לומדישע לשון־קודשדיקע אויסדרוקן.

עוואַ געלער האָט דערציילט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז דער פֿאַרלאַג פֿונעם מוזיי, וואָס געפֿינט זיך אין אַ געוועזענעם קיניגלעכן פּאַלאַץ, האָט געפֿאָדערט אַרויסצוגעבן דאָס בוך אין אַ פּרעכטיקן קינסטלערישן פֿאָרמאַט, ווי דעם פֿינפֿטן באַנד פֿון די היסטאָרישע קולינאַרישע טעקטסן. אַ סך אילוסטראַציעס קומען פֿונעם מוזיי, איינער פֿון די גרעסטע און שענסטע אין פּוילן, וואָס דינט הײַנט ווי אַ גרויסער קולטורעלער צענטער. ד״ר רענאַטאַ פּיאָנטקאָווסקאַ פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן מוזיי „פּוילן‟ האָט אויסגעקליבן די בילדער פֿון ייִדישע חפֿצים. זי האָט אויך צונויפֿגעשטעלט אַ גאַנצע ריי שיינע צייכענונגען פֿון געוויקסן, וואָס געפֿינען זיך אין לאַטײַנישע, דײַטשישע און פּוילישע כּתבֿ־ידן פֿונעם 17טן יאָרהונדערט. אַ טייל בילדער, אַרײַנגערעכנט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ 350־יאָריק מעטאַל־פֿלעשל מיט אַ טשיקאַווער אויפֿשריפֿט אויף פּויליש און תּלמודישן אַראַמיש האָט אויסגעקליבן די מחברטע אַליין. ווי אַ רעזולטאַט, האָט זיך באַקומען אַ רעפּרעזענטאַטיווע בילדער־זאַמלונג, וואָס טוקט דעם לייענער אַרײַן אינעם פּויליש־ייִדישן לעבן פֿון 400 יאָר צוריק.

עס וואָלט, אַוודאי, געווען כּדאַי אַרויסצוגעבן אַ פֿאַקסימיליע־אויסגאַבע פֿונעם גאַנצן אָריגינעלן ייִדישן טעקסט. געלער האָט אָבער דערקלערט, אַז צוליב פֿינאַנציעלע און טעכנישע סיבות וואָלט עס געווען שווער צו טאָן. די פֿאַראינטערעסירטע ייִדישיסטן קאָנען זיך באַקענען מיטן סקאַנירטן אָריגינאַל אויף דער וועבזײַט פֿון דער עסטרײַכישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק.

געלער האָט דערקלערט אונדזער צײַטונג, אַז זי האָט באַשלאָסן אַרויסצוגעבן דאָס בוך דווקא אין אַזאַ קינסטלערישן פֿאָרמאַט, כּדי צוצוציִען דעם ברייטן עולם און צו באַקעמפֿן דעם מיאוסן סטערעאָטיפּ, לויט וועלכן ייִדיש ווערט נאָך אַלץ אָפֿט באַטראַכט ווי אַן „אָרעמע‟ שפּראַך, וואָס טויג בלויז אויף „קאָמישע‟ זאַכן. פֿונדעסטוועגן, ווי זי האָט באַמערקט, איז איר בוך אָריענטירט, דער עיקר, פֿאַר ביבליאָפֿילן, פֿײַנשמעקער פֿון זעלטענע אויסגאַבעס. 400־יאָריקע עצות וועגן דיעטע און היגיענע זענען צו ספּעציפֿיש און אַלטמאָדיש פֿאַר אַ הײַנטצײַטיקן דורכשניטלעכן לייענער.

אַזוי צי אַזוי, קאָן מען זאָגן, אַז דאָס נײַע בוך איז אַ היסטאָרישער מײַלשטיין אין דער געשיכטע פֿון אונדזער לשון־ייִדיש. דעם ערשטן באַקאַנטן טעקסט אויפֿן מיזרחדיקן ייִדיש גיט מען אָפּ איצט, מיט הונדערטער יאָר שפּעטער, אַ גרויסן כּבֿוד אויף דער שׂפֿת־המדינה פֿונעם אַמאָליקן אומבאַקאַנטן מחבר.