נישט לאַנג צוריק, האָט דער אינטערנעץ־זשורנאַל „דזשאַדאַליאַ‟, געווידמעט פֿאַרשיידענע מיטל־מיזרחדיקע ענינים, פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אינטערוויו מיט עוואַ שוחט, אַ באַקאַנטע פּראָפֿעסאָרין פֿונעם ניו־יאָרקער אוניווערסיסעט, אין שײַכות מיט איר אַנומלטיקער פּובליקאַציע פֿון אַ נײַעם פֿאָרש־אַרטיקל, מיטן נאָמען „די פֿראַגע פֿון ייִדיש־אַראַביש‟, וועגן דעם אַראַבישן דיאַלעקט פֿון באַגדאַדער ייִדן, פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם לעצטן נומער פֿונעם פֿאָרשערישן „זשורנאַל פֿון אַראַבישע שטודיעס‟.
שוחט איז אַ באַקאַנטע אַקטיוויסטקע פֿון דער איראַקיש־ייִדישער עדה, צו וועלכער זי אַליין געהערט, און שטרעבט אָפּצוהיטן די אוניקאַלע שפּראַך און קולטור פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן באַגדאַד. אין פֿאַרשיידענע אַראַבישע לענדער האָבן די ייִדן גערעדט אויף באַזונדערע דיאַלעקטן, וואָס מע קאָן באַטראַכטן ווי אינגאַנצן אַנדערע שפּראַכן. די באַגדאַדער ייִדן האָבן געשאַפֿן אַ רײַכע אייגענע ליטעראַטור אויף זייער פֿאָרעם פֿון ייִדיש־אַראַביש; אין די אַנדערע שטעט פֿונעם דרומדיקן איראַק האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג גערעדט אויפֿן זעלבן לשון.
אין איר אינטערוויו, דערקלערט שוחט, אַז אין איר משפּחה האָט יעדער באַטראַכט זייער מאַמע־לשון ווי אַראַביש. אין דער זעלבער צײַט, האָבן די ייִדן גאַנץ גוט געוווּסט, אַז זייער שפּראַך איז באַקאַנט ווי „האַקי מאַל יאַהוד‟, די ייִדישע רייד, וואָס שיידט זיך אונטער פֿונעם אַרומיקן מוסולמענישן אַראַביש. דעם דאָזיקן מצבֿ קאָן מען פֿאַרגלײַכן מיט דער פֿריִיִקער תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש, ווען די דײַטשישע ייִדן האָבן געוווּסט, אַז הגם זיי רעדן אויף לשון־אַשכּנז, שיידט זיך זייער „ייִדיש־טײַטש‟ אונטער פֿונעם קריסטלעכן דײַטש.
שוחט דערקלערט אָבער, אַז ס׳איז נישט ריכטיק צו פֿאַרגלײַכן דאָס מאַמע־לשון פֿון איר משפּחה מיט ייִדיש. במשך פֿון הונדערטער יאָרן האָט ייִדיש זיך אינגאַנצן אָפּגעטיילט אין אַלע אַספּעקטן פֿון וועלכע־ניט־איז דײַטשישע דיאַלעקטן. אַלע הײַנטצײַטיקע דיאַלעקטן פֿון ייִדיש שטעלן מיט זיך פֿאָר איין שפּראַך־קאָנטינוּוּם. אַ ליטווישער ייִד רעדט אויף דער זעלבער שפּראַך, ווי אַ פּוילישער, נישט געקוקט אויף געוויסע פֿאָנעטישע און גראַמאַטישע חילוקים. דער מצבֿ מיט ייִדיש־אַראַביש איז אָבער גאָר אַנדערש. אַ מאַראָקאַנער ייִד קען נישט פֿאַרשטייט אַן איראַקישן ייִד, ווײַל זיי רעדן פֿאַקטיש אויף באַזונדערע שפּראַך, הגם יעדער פֿון זיי מיינט, אַז זיי רעדן פּשוט אויף אַראַביש מיט אַ ייִדישן טעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.