(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די דאָזיקע אַנטי־ייִדישער קאַמפּאַניע האָט אַרויסגערופֿן גרימצאָרן אין פֿאַרשיידענע ווינקלען פֿון דער וועלט, בפֿרט אין ישׂראל. שאַרף האָבן רעאַגירט אויך די מיטגלידער פֿון „מלכות ישׂראל‟, אַ ישׂראלדיקע טעראָריסטישע גרופּע. זיי האָבן באַשלאָסן זיך נוקם צו זײַן דורכן אַטאַקירן די סאָוועטישע אַמבאַסאַדע אין תּל־אָבֿיבֿ. די באָמבע, וועלכע זיי האָבן אונטערגעלייגט, האָט געבראַכט שאָדן דעם בנין און פֿאַרוווּנדעט אַ פּאָר מענטשן, אַרײַנגערעכנט די פֿרוי פֿונעם אַמבאַסאַדאָר. דאָס איז געשען דעם 9טן פֿעברואַר, און שוין אין צוויי טעג אַרום האָט די סאָוועטישע רעגירונג געלאָזט וויסן, אַז זי רופֿן אָפּ איר אַמבאַסאַדע און פֿאָדערט, אַז די ישׂראלדיקע דיפּלאָמאַטן זאָלן תּיכּף־ומיד פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד.
צו יענער צײַט האָט זיך שוין אָנגעהויבן אָנקניפּן אַ פֿרײַנדשאַפֿט צווישן מאָסקווע און אַ צאָל אַראַבישע מדינות, וווּ צו דער מאַכט זײַנען געקומען רעגירונגען, געשטימט „אַנטי־אימפּעריאַליסטיש‟ און צו מאָל אַפֿילו כּמו־סאָציאַליסטיש. זיי האָט, פֿאַרשטייט זיך, שטאַרק דערפֿרייט אַזאַ קער אין די סאָוועטיש־ישׂראלדיקע באַציִונגען. די אַראַבישע פֿירער האָבן געוואָלט, אַז דער מצבֿ זאָל טאַקע בלײַבן אַזאַ — אָן אַ דירעקטן דיפּלאָמאַטישן קאָנטאַקט צווישן מאָסקווע און תּל־אָבֿיבֿ.
און דאָך, נאָך סטאַלינס טויט אין מאַרץ 1953, האָט זיך דער מצבֿ געביטן. דערצו האָט ישׂראל געוואָלט ווידער אויפֿשטעלן נאָרמאַלע דיפּלאָמאַטישע פֿאַרבינדונגען מיטן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער קריזיס האָט דעמאָלט טאַקע געדויערט ניט לאַנג. שוין אין יולי 1953 האָבן די אַמבאַסאַדעס געקענט זיך אומקערן אין מאָסקווע און אין תּל־אָבֿיבֿ.
דערווײַל האָט מען אַרעסטירט און געשטעלט פֿאַרן געריכט זעכצן מיטגלידער פֿון „מלכות ישׂראל‟, אָבער אין דער תּפֿיסה זײַנען זיי אָפּגעזעסן ניט לאַנג. אין צוויי יאָר אַרום האָט דער פּרעמיער־מיניסטער בן־גוריון געמאַכט אַזוי, אַז זיי זײַנען אַרויס אויף דער פֿרײַ.
אַגבֿ, אין דער זעלבער צײַט, פֿעברואַר 1953, האָט מען אין מאָסקווע אַרעסטירט מאַריע ווײַצמאַן, חיים ווײַצמאַנס שוועסטער. זי איז געווען אַ דאָקטער, אַזוי אַז ס׳איז געווען „לאָגיש‟ זי אויך פֿאַרשפּאַרן אין טורמע. אין אויגוסט האָט מען זי אַרויסגעלאָזט, און אין 1956 דערלויבט אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.