(די 2 טע זײַט פֿון 2)
גאַנץ אַנדערש איז געװען דער מצבֿ אין תּל־אָבֿיבֿ, דער הױפּטשטאָט פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל. אין 1927 האָבן די שטאָט באַזוכט צװײ גדולים פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, שלום אַש און פּרץ הירשבײן. די העברעיִשע מחברים האָבן פֿאַר זײ געמאַכט אַ בכּבֿודיקן קבלת־פּנים, װוּ סײַ די בעלי־בתּים, סײַ די געסט האָבן באַטאָנט, אַז עס איז שױן די צײַט צו מאַכן שלום צװישן ייִדיש און העברעיִש. א. צ. גרינבערג האָט פֿאַרגליכן ייִדיש און העברעיִש צו צװײ ברידער, בעת ביאַליק האָט באַשריבן די באַציִונגען צװישן צװײ ייִדישע שפּראַכן װי אַ „זיװג מן השמים‟.
אָבער דער דאָזיקער „שלום־אָפּמאַך‟ איז ניט געװען צום האַרצן דעם יונגן דור העברעיִסטן, װאָס האָבן זיך גרופּירט אַרום דער מאָדערניסטישער צײַטשריפֿט „כּתובֿים‟. דער דיכטער אַבֿרהם שלאָנסקי האָט אָנגערופֿן די צװײשפּראַכיקײט אַ „טשעכאָטקע [טובערקולאָז], װאָס נאָגט די לונגען פֿונעם פֿאָלק‟, און גערופֿן צום „לעצטן שלאַכט פֿאַר דער העברעיִשער רעװאָלוציע ביזן לעצטגילטיקן נצחון.‟ דער כּעס פֿון שלאָנסקי און אַנדערע מיליטאַנטישע העברעיִשע ליטעראַטן, װי אליעזר שטײנמאַן און יצחק למדן, איז געװען באַצװעקט ניט אַזױ קעגן ייִדיש גופֿא, װי קעגן זײערע ליטעראַרישע „קאָנקורענטן‟, ח. נ. ביאַליק און א. צ. גרינבערג. סײַ שלאָנסקי, סײַ שטײנמאַן האָבן אין פֿאַרשידענע יאָרן געשריבן אױף ייִדיש און איבערגעזעצט ייִדישע ליטעראַטור, אָבער זײ האָבן זיך געפֿילט מחויבֿ צו פֿאַרטײדיקן זײער שטיק טעריטאָריע קעגן דער פֿרעמדער אינװאַזיע.
ניט געקוקט אױף דער הײסער פּאָלעמיק צװישן ייִדישיסטן און העברעיִסטן אין אַלע עקן פֿון דער ייִדישער װעלט, און די פּאָליטישע רדיפֿות קעגן העברעיִש אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, האָבן אײניקע פּראָמינענטע מחברים װײַטער געשריבן אין בײדע שפּראַכן. די סאַמע באַקאַנטע זײַנען געװען זלמן שניאור, אַהרן צײטלין און י. ד. בערקאָװיטש. װען אַ העברעיִשער זשורנאַליסט פֿון „כּתובֿים‟ האָט געפֿרעגט בײַ שניאורן, הלמאי ער שרײַבט זײַנע ראָמאַנען אין ייִדיש, האָט יענער דערקלערט אים גאַנץ פּשוט: „עס איז ניטאָ װוּ צו דרוקן זיך אױף העברעיִש.‟ די דאָזיקע פּראַקטישע פּאָזיציע האָט אָפּגעשפּיגלט אױך שניאורס קאָנסערװאַטיװן קוק אױף ליטעראַטור װי אַ מלאָכה. ער האָט זיך געהאַלטן בײַ אַ פּשוטן פּרינציפּ, װי ברענער דערקלערט: „ער איז ניט געװען אױסן צו שאַפֿן בריקן צװישן בײדע ליטעראַטורן, נאָר זיך געסטאַרעט צו פֿאַרקױפֿן זײַנע װערק אױף בײדע ליטעראַרישע מערק.‟
אינעם לעצטן קאַפּיטל באַהאַנדלט ברענער די איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אין דער העברעיִשער ליטעראַטור אין אַמעריקע און ישׂראל. אױף אַזאַ אופֿן פֿאַרשליסט זי דעם קאָנצעפּטועלן גערעם פֿון איר פֿאָרשונג מיט העברעיִש, װאָס האָט דאָס לעצטע װאָרט. דער באַגריף פֿון „טראַנס־שפּראַכיקײט‟ איז אַ ניצלעכע המצאה, װאָס דערמעגלעכט בעסער צו באַרגרײַפֿן די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צװישן בײדע ייִדישע שפּראַכן; און דער דאָזיקער באַגריף לאָזט זיך מע זאָל זיך צו אים װענדן פֿון פֿאַרשידענע שטאַנדפּונקטן. ברענערס בוך װאַרפֿט מער ליכט אױפֿן העברעיִשן צד, און עס װאָלט געװען אױך אינטערעסאַנט צו באַטראַכטן מער פּרטימדיק דעם אײגענעם ענין פֿונעם ייִדישן שטאַנדפּונקט. אַ היפּשע צאָל ייִדישע ליטעראַטור־קריטיקער און פֿאָרשער, צװישן זײ — נחמן מײַזיל, ישׂראל צינבערג, יעקבֿ גלאַטשטײן, האָבן אַ סך געשריבן װעגן דער העברעיִשער ליטעראַטור און ייִדישער צװײשפּראַכיקײט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.