ליד וועגן „דאָס בינטעל בריעף‟ — אויף דער אינטערנעץ

Song About "Dos Bintel Brief" Now Online


פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published February 11, 2016, issue of March 04, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דאָס אַמאָליקע לשון, וואָס מע הערט אויף דער פּלאַטע, איז אויך אינטערעסאַנט. אינעם ערשטן בריוו, למשל, שרײַבט דער אומגליקלעכער „פֿאָרווערטס‟־לייענער:

„כאָטש מײַן ווײַב איז שוין אַ געלע און איר שוועסטער איז נאָך גרין,
דאָך, האָב איך ליב איר שוועסטער און איך ווייס נישט וואָס צו טאָן [טין].‟
די ענגלישע אונטערקעפּלעך טײַטשן אויס די ערשטע שורה אַזוי:

Though my wife is a redhead, and her sister is green…

— אָבער דאָס לייגט זיך פּשוט נישט אויפֿן שׂכל. גיכער מיינט דאָס וואָרט „געלע‟ דאָ אַן אימיגראַנטקע, וואָס האָט זיך שוין אַ ביסל אַמעריקאַניזירט; מיט אַנדערע ווערטער — פֿון „אַ גרינער‟ איז זי שוין געוואָרן אַ „געלע‟. כאָטש דער טערמען „אַ גרינע‟ איז געבליבן אין באַניץ ביזן הײַנטיקן טאָג, איז די פֿראַזע „אַ געלע‟ לחלוטין פֿאַרגעסן געוואָרן.

וועגן דעם וואָרט „דאַמנע‟, אינעם צווייטן בריוו, איז אויך טשיקאַווע. די מויד זאָגט: „כ׳וועל זײַן דעם פּורים אַ דאַמנע, און ער — דער אינטריגאַנט‟, אָבער קיין וואָרט „דאַמנע‟ געפֿינט מען נישט אין די ייִדישע ווערטערביכער. אַ פּנים, איז דאָס אַ פֿאַרייִדישונג פֿונעם וואָרט „דאַמע‟.

די תּשובֿות פֿון אַב. קאַהאַן הערט מען בכלל נישט אינעם ליד, אָבער די צוויי בריוו שילדערן פֿאָרט, אויף אַ חנעוודיקן אופֿן, דעם סאָרט פּראָבלעמען, וואָס האָבן דעמאָלט געמוטשעט די ייִדישע אימיגראַנטן.

איר קענט הערן דאָס ליד דאָ: