(די 2 טע זײַט פֿון 2)
זי שילדערט ווי זי האָט געמוזט אַרומפֿאָרן איבער דער וועלט, פֿאַרהאַנדלען מיט אַ שלל רעגירונגען, וואָס לעבן נאָך אַלץ אין דער שטיין־תּקופֿה; דער עיקר — אין מיטעלן מיזרח; אײַנשטילן די געמיטער צווישן ישׂראל מיט די פּאַלעסטינער, פֿאַרהאַנדלען מיט עגיפּטן, סאַודיע, און מיט איראַן. זי פֿאַרמאָגט אַ וועלט מיט דערפֿאַרונג, וואָס זי האָט גענאָסן בעת זי איז געווען אַ סענאַטאָרשע אין קאָנגרעס און בעת איר פּאָסטן ווי די אויסער־מיניסטאָרין. זי רעדט וועגן געזונט־ און סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג, בשעת בערני סענדערס רעדט וועגן דעם גרויסן תּהום צווישן אָרעם און רײַך. זי רעדט וועגן אָפּהאַלטן זיך פֿון אַרײַנמאַרשירן אין דער בלאָטע פֿון סיריע און פּטור ווערן פֿון אַסאַדן, בעת ער רעדט וועגן „אַלע גלײַך‟.
מײַן אַמאָליקער גוטער פֿרײַנד, משהלע קליגסבערג, דער אַרכיוויסט פֿון ייִוואָ, און אַ בונדיסט, פֿלעגט מיר שילדערן דעם „אַלע גלײַך!‟. ער האָט דערציילט, אַז דער בונד פֿלעגט דעמאָנסטרירן יעדן מיטוואָך און דאָנערשטיק אין די גרויסע פּוילישע שטעט. פֿון סאַמע פֿאָרנט האָט מאַרשירט מיט דער רויטער פֿאָן אַ בונדישע חבֿרטע, אַ לאָמע אויף איין פֿוס און געשריגן: „אַלע גלײַך!‟
ווי קענען מיר זײַן אַלע גלײַך, אַז הילאַרי איז פֿון מיטעלן וווּקס, און איך בין אַ קורצער פֿרײַטיק, און טראָמפּ איז אַ הויכער ביליאָנער מיט אַן אייגענעם עראָפּלאַן, אַ יאַכטע און אַ העליקאַפּטער, מיט אַ סך אימעניעס איבער דער וועלט? דאָס אַלץ איז אים שוין זיכער דערעסן, שטרעבט ער צו עפּעס, וואָס ער האָט נישט.
הילאַרי רעדט וועגן פּראַקטישע ענינים, בעת בערני סענדערס פֿליט אין די הימלען מיט רעוואָלוציע. די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי איז טאַקע נישט אַלעמאָל געווען שטאַרק דעמאָקראַטיש; זי האָט זיך אָבער געביטן און צוגעשטעלט דורך די יאָרן קאַנדידאַטן צום „ווײַסן הויז‟ ווי הערי טרומאַן, דעלאַנאָ רוזוועלט, דזשאַן פֿ. קענעדי, לינדאָן דזשאַנסאָן, ביל קלינטאָן, און קאַנדידאַטן ווי בערני סענדערס און הילאַרי קלינטאָן.
דערווײַל, מיט וועמען איך רעד, ציטערט מען און מע פֿלאַטערט בלויז פֿאַר איינעם, פֿאַר דאָנאַלדן, וואָס האַלט זיך פֿאַר אַ „שיינעם‟, מיטן שטרויענעם קאָפּ האָר, וואָס טראָמפּײטן אין אַלע זײַטן. וואָס וועט זײַן, חלילה, אויב די רעפּובליקאַנער וועלן אונדז צושטעלן דעם פֿאַרווײַלער, וואָס קען נישט לײַדן קיין קריטיק, אַפֿילו ווען עס קומט פֿון אַזאַ פֿרויענצימער זשורנאַליסטקע ווי מייגען קעלי פֿון „פֿאַקס‟־קאַנאַל?
דעריבער האָט דער דאָנאַלד באַשלאָסן צו שפּילן די סטראַטעגיע פֿון משה זוך מיך און יוקל געפֿין מיך, און זיך אַפֿילו נישט באַוויזן צו איינער פֿון די רעפּובליקאַנער דעבאַטעס. און אַז מ׳קוקט אויף צוריק, האָבן די רעפּובליקאַנער הײַיאָר צוגעשטעלט נישט ווייניקער ווי 17 קאַנדידאַטן, אָבער נישט איינער פֿון זיי אימפּאָנירט; אַ סך פֿון זיי אַפּעלירן צו די עוואַנגעליקער, אפֿשר זיי און זייער גאָטהײט וועט זיי ראַטעווען. און נישט דיר נישט מיר האָט זיך דער דאָנאַלד באַוויזן אויפֿן עקראַן מיטן נײַעם טעסטאַמענט, ווי להבֿדיל, אונדזער משה רבינו מיט די צען געבאָט.
מיט איין וואָרט, מ’רײַסט אײַן וועלטן, מ׳קריכט אויף די גלײַכע ווענט, מ׳באַליידיקט איינער דעם צווייטן, מ׳זאָגט צו ס׳טעלערל פֿון הימל ביז מ׳קומט אָן צום ציל. דערווײַל זיצן מיר אויף שפּילקעס און ציטערן פֿאַרן אָפּקלײַב.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.