מיר פֿאַרמאָגן הײַנט צו טאָג צוויי זייער ערנסטע קאַנדידאַטן פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי: הילאַרי קלינטאָן און בערני סענדערס. ביידע צילעווען זיך אויפֿן „ווײַסן הויז‟; ביידע פּאָליטישע קנאַק־ניסלעך — איינער פֿון זיי האַנדלט מיט אידעאַליזם און די צווייטע — מיט פּראַגמאַטיזם, מיט פֿאַקטן, דאַטעס און סטאַטיסטיק. איז לאָמיר אָנהייבן מיט בערני סענדערס, אַ ייִד, וואָס האַנדלט מיט אידעאַליזם, מיט דעמאָקראַטישן סאָציאַליזם, מיטן איבערמאַכן און איבערקערן די וועלט; און כאָטש ער איז 74 יאָר אַלט, כּן־ירבו, אַפּעלירט ער צו דער יוגנט, ווײַל זיי ווילן אויך איבערקערן די וועלט.
ווער געדענקט עס נישט, ווען מיר אַליין זײַנען געווען יונג און געפּרעדיקט פֿרײַהײט, גלײַכהײט, און ברידערלעכקייט. יעדער איינער פֿון אונדז האָט אין דער יוגנט געפּרעדיקט און געשטרעבט צו שלום, מענטשנרעכט, ציווילע רעכט, פֿרויען־רעכט — אויס מיט ראַסיזם, אויס מיט אַנטיסעמיטיזם, אויס מיט דער דיסקרימינאַציע קעגן פֿעלקער און קולטורן.
בערני סענדערס גייט אַ שטאַפּל ווײַטער, ער שטורעמט מיט רעוואָלוציע, מיט אויפֿשטאַנד קעגן „וואָל־סטריט‟, קעגן די איין־פּראָצענטיקע מאַגנאַטן, וואָס פֿאַרמאָגן דאָס גאַנצע האָב־און־גוטס אין זייערע קופֿערטן, און די רעשט בירגער קענען זיך אײַנמאַכן די נאָז, וועלן זיי האָבן אַ גלאַטיק פּנים.
בערני שטעלט זיך אײַן פֿאַרן וועכנטלעכן געהאַלט, וואָס דאַרף באַשטיין פֿון 15 דאָלער אַ שעה. ער ברויזט מיט רעוואָלוציע — אַ וואָרט, וואָס דערשרעקט און דערוועקט זכרונות פֿון יענע רעוואָלוציעס, וועלכע האָבן אונדז געבראַכט ווינד־און־וויי. וואָס, למשל, האָבן מיר גענאָסן פֿון די אַלע רעוואָלוציעס? די פֿראַנצייזישע רעוואָלוציע פֿון 1789 ביז 1799, האָט אונדז איבערגעלאָזט אַ שלעכטן טעם אין מויל, ווען די גיליאָטינע האָט געאַרבעט איבער די שעהען. דער המון האָט זיך אַרויסגעלאָזט איבערמאַכן זייער בידנע וועלט, ס’האָט אָבער געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס.
די אָקטאָבער־רעוואָלוציע פֿון 1917 האָט אָנגעמאַכט אַן איבערקערעניש אין זייער ביטערער דאָליע, און אַנשטאָט פֿאַרבעסערן די לאַגע נאָכן צאַר, האָבן זיי זיך אײַנגעהאַנדלט אַזעלכע דעספּאָטן, ווי לענין און, דער עיקר, סטאַלין, וואָס האָט נישט בלויז פֿאַרשקלאַפֿט זײַנע בירגער, נאָר געממיתט זיי אויף וויפֿל ס׳האָט זיך געלאָזט.
בערני סענדערס, דער קלוגער ייִד, האָט נישט פֿאַרשטאַנען, אַז מיטן וואָרט „סאָציאַליזם‟ האָט ער דערשראָקן צום טויט די אָפּגעשטאַנענע אַמעריקאַנער פֿון מערבֿ ביז דרום, ווײַל סאָציאַליזם און קאָמוניזם גראַמען זיך; אונטער דער מאַסקע פֿון כּלומרשטן אידעאַליזם זײַנען געפֿאַלן מיליאָנען אומשולדיקע קרבנות.
אײַ, דער סאָציאַליזם האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַמעריקע אין סאָציאַלער און מעדיצינישער פֿאַרזיכערונג, ווייסט עס נישט דער דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער פֿון די מיטעלע און דרומדיקע שטאַטן. איך קוועל אָן ממש פֿון בערניס ענטוזיאַזם, מיט וועלכן ער ציט צו זיך צו די יונגע חבֿרה; זיי לעכצן אויך, ווי יעדער דור פֿאַר זיי, צו יענעם אידעאַל פֿון אַ גערעכטער און מענטשלעכער וועלט.
קומען מיר צו הילערי קלינטאָן, די דאַמע מיטן אויעררינגל. זי אָטעמט מיט פּראַגמאַטיזם, זי איז אַ קאַנדידאַטקע צום העכסטן פּאָסטן אויף אונדזער זינדיקער וועלט. זי איז טויט־ערנסט און האָט אַ געשליפֿענע צונג. הילאַרי האַנדלט מיט פֿאַקטן, מיט טירחה, מיט אָנשטרענגונג; זי קען צענויפֿפֿירן אַ וואַנט מיט אַ וואַנט. זי פּרובירט אײַנשטילן די פֿאַרביסענע, אָפּגעשטאַנענע פֿעלקער מיט סמאָטשקע־דעמאָקראַטיע, אײַנגעוויקלט אין בײַטלען מיט דאָלאַרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.