(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ס’איז באַוווּסט, אַז דער מצבֿ איז ניט קיין פֿריילעכער אין פֿראַנקרײַך און אַז יאָר־אײַן יאָר־אויס פֿאָרן פֿון דאָרטן אַרויס טויזנטער ייִדן. פֿראַנקרײַך האָט תּמיד געגעבן אַ היפּשע צאָל עולים. ס’איז דאָך איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע ייִשובֿים. איצט איז די צאָל ייִדן, וואָס פֿאַרלאָזן פֿראַנקרײַך, געוואָרן גרעסער. ס’איז אָבער אינטערעסאַנט, אַז ניט ווייניק פֿראַנצויזישע ייִדן פֿאָרן אַריבער דווקא ניט קיין ישׂראל, נאָר באַזעצן זיך אין ענגלאַנד, וואָס איז אויך — ווי איך האָב לעצטנס קאָנטראָלירט — אַ טייל פֿון אייראָפּע. נאָך מער: די סטאַטיסטיק ווײַזט, אַז די צאָל בריטישע ייִדן, וואָס פֿאָרן אַרויס קיין ישׂראל, איז קלענער פֿון דער צאָל ישׂראלים, וואָס באַזעצן זיך אין ענגלאַנד.
טשעכיע, בפֿרט פּראָג, איז באַליבט דורך ישׂראלים. איך האָב אַן אַלטן חבֿר, נאָך פֿון די סטודענטישע יאָרן מײַנע, וואָס פֿאָרט כּמעט יעדן יאָר קיין פּראָג, ער און זײַן פֿרוי האָבן ליב צו פֿאַרברענגען דאָרטן עטלעכע טעג. ס’איז ניט קיין סוד — די אויספֿרעגן ווײַזן עס, אַז די טשעכן זײַנען זייער פֿרײַנדלעך צו ייִדן; אָבער דאָס איז אויך אייראָפּע. דער אויספֿרעג, דורכגעפֿירט מיט עטלעכע יאָרן צוריק דורך דער אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע (//global100.adl.org/public/ADL-Global-100-Executive-Summary.pdf) attutude שטעלט טאַקע טשעכיע הויך צווישן די ייִדן־פֿרײַנדלעכע לענדער, הגם אין מערבֿ־אייראָפּע זײַנען דאָ מדינות, וואָס זײַנען נאָך מער פֿרײַנדלעך, למשל, שוועדן, האָלאַנד, ענגלאַנד.
נאָך איין אויספֿרעג, דורכגעפֿירט אין יוני 2015 (//www.timesofisrael.com/new-poll-finds-pro-jewish-attitudes-up-in-europe/) גיט אַזעלכע ציפֿערן: 92 פּראָצענט פֿראַנצויזן זײַנען פּאָזיטיוו געשטימט לגבי ייִדן, וואָס איז אַפֿילו העכער ווי אין גרויס־בריטאַניע (86 פּראָצענט), דײַטשלאַנד (80) און שפּאַניע (75); און אין אַלע לענדער איז דער דאָזיקער אינדעקס העכער איידער דער אינדעקס, וואָס ווײַזט די באַציִונג צו די מוסולמענער.
אַן אַנדער מעשׂה איז, אַז אין אַלע לענדער זײַנען דאָ אמתע שׂונאי־ישׂראל, באַזונדערס, צווישן דער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג. אַזעלכע עלעמענטן שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אמתע סכּנה. דאָך, דאַרף מען עס ניט פּלאָנטערן מיט דער באַציִונג פֿון דעם גרעסטן טייל צווישן דעם היגן עולם. מע דאַרף אויך ניט פּלאָנטערן די באַציִונג פֿון אייראָפּעיִשע רעגירונגען צו דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק. איך קען ניט ווייניק ייִדן, ישׂראלים בתוכם, וואָס זעען די ישׂראלדיקער רעגירונג אין פּונקט אַזאַ (צי אפֿשר נאָך אין מער) טונקעלן ליכט; וויכטיק איז צו זען די וועלט, בתוכם אייראָפּע, אין אַ פֿאַרביקער פּאַליטרע, נישט נאָר אין שוואַרץ און ווײַס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.