„אָט, נאַ, נעם דאָס צעטעלע און שרײַב אָן פֿאַר וועמען זאָל איך שטימען. שרײַב נישט אַזוי קליין, מאַך די אותיות גרעסער; גיי זיי איבער מיט דער פֿעדער נאָך אַ מאָל, איך זאָל נישט דאַרפֿן אַרײַנשטעקן די נאָז אין צעטעלע, און נישט שטימען, חלילה, פֿאַר גאָר אַן אַנדער פּאַרטיי.‟
די באָבע טוט אָן אַ פּאָר אַלטע ברילן מיט אַ דיק, שוואַרץ רעמל, נאָכאַמאָל צו באַטראַכטן דאָס צעטעלע. אירע אויגן זעען אויס דרײַ מאָל אַזוי גרויס הינטער די רונדיקע גלעזלעך.
„וואָס האָסטו דאָרט אָנגעשריבן? ע… כע… נע… ס’נישט קיין ׳נון׳? ס’אַ ׳למד׳? גיב צוריק אַהער די פֿעדער, וועל איך מאַכן פֿון דײַן ׳למד׳ מײַן ׳למד׳, עס זאָל זיך לייענען ווי סע דאַרף צו זײַן.‟
זי נעמט די פֿעדער אין אירע ציטערנדיקע פֿינגער און בייגט זיך אָן איבערן צעטעלע.
מײַן „למד‟ ווערט מיט אַ קאָפּ גרעסער.
זי קוקט איבער די אותיות צו פֿאַרזיכערן, אַז זי קען זיי לייענען.
„אָט אַזוי, איצט איז קלאָר,‟ — זאָגט זי אַ צופֿרידענע.
זי גייט צו צום שפּיגל, וואָס הענגט אויף אַ טיר פֿון איר שאַפֿע, קוקט אויף זיך און רעדט צו מיר:
„וואָס איז די פּאַרטיי? האַ? דו גלייבסט, וואָס זיי זאָגן? מילא, ווי דו ווילסט, מיר איז אַלץ איינס. איך וועל שטימען פֿאַר וועמען דו זאָגסט מיר, זאָל ער זײַן דער רוח אַליין מיט פֿלייש־און־ביין. איך בין שוין אַלט. נישט פֿאַר מיר גיי איך שטימען, נאָר פֿאַר דיר. איך פֿאַרשטיי זיך נישט גוט אײַן אין דער היגער פּאָליטיק. אַז מע זאָגט עפּעס פֿון ישׂראל אויף דער רומענישער טעלעוויזיע, שפּיץ איך אָן די אויערן, נאָר עס קלעפּט זיך נישט צו. דער עיקר, רעדן זיי פֿון אייגענע פּאָליטיקער. זייער לאַנד גייט אונטער; עס פֿירט זיי אַ באַנדע גנבֿים און שאַרלאַטאַנען. די קאָרופּציע וועלטיקט בײַ זיי. אָן באַקשיש קען מען גאָרנישט אויפֿטאָן. צוריק גערעדט, איז כאַבאַר גאָר נישט אַזאַ שלעכטער געדאַנק, ווײַל אַז מע ווייסט וועמען און וויפֿל צו געבן אין האַנט אַרײַן, קען מען אַשאָזען* זאַכן, זיך אײַנאָרדענען אין לעבן, און דאָ? ווי גיט מען זיך אַן עצה דאָ? דאָ גייסטו אין ׳קופּת־חולים׳ און עס נעמט דיך אויף אַ דאָקטער, אַבי ווער. דו ווייסט נישט ווער ער איז, און ער באַהאַנדלט דיך שנעל, אויף איין פֿוס. קוים וואָס איך, מיט מײַן צעבראָכענעם עבֿרית קען מיך אײַנפֿאַרשטיין מיט אים. אין רומעניע איז געווען גאָר אַנדערש. אַז איך פֿלעג גיין צו אַ ספּעציאַליסט, האָב איך תּמיד געגרייט אַ פֿעטן קאָנווערט אין פֿאָרויס, און אים אַרײַנגעלייגט צווישן מײַנע פּאַפּירן. איך געדענק פּינקטלעך דעם מאָמענט, ווען דער דאָקטער פֿלעג זען דעם קאָנווערט; זײַן אייביקע זויערע צורה איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אויף אַ סעקונדע, און די אויגן האָבן געגלאַנצט. דערנאָך האָט זיך די זויערקייט צוריקגעלייגט אויף זײַן פּנים, נאָר איך האָב שוין געוווּסט, אַז איך בין אין גוטע הענט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.